עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 9507

ב"ה, יום א' לס' בהעלותך את הנרות, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י.

אגודת נשים דבראָנזוויל ואיסט-ניו-יאָרק

ה' עליהן תחיינה

היי-יאָר ווערט דער יערלעכער לאָנטשאָן אָפּגעהאַלטן באַלד נאָך שבת פ' בהעלותך, און אויך דער דאָזיגער בריוו געשריבן אין דער וואָך וואָס איז פאַרבונדן מיט דער דאָזיגער פרשה פון "אָנצינדן די ליכט".

בכלל זיינען פאַראַן דרייערליי ליכט אָנצינדן:

די ליכט פון דער מנורה אין בית המקדש – וואָס די דאָזיגע מצוה איז געגעבן געוואָרן צו אהרן און זיינע קינדער די כהנים. אָבער די ליכט האָט מען אָנגעצונדן נאָר אַזוי לאַנג ווי דער בית המקדש האָט עקזיסטירט.

די ליכט פון חנוכה – וואָס די מצוה איז געגעבן געוואָרן צו אַלע אידן, אין אַלע צייטן, און ווערט אָפּגעהיט אַלע יאָר, אין די אַכט טעג פון חנוכה.

נר שבת ויום-טוב – די ליכט וואָס אַ אידישע פרוי צינדט אָן אַלע ערב שבת און ערב יום-טוב, אַ גאַנץ יאָר.

וואָס דער ענין פון אָנצינדן ליכט איז צו פאַרשפּרייטן נר מצוה ותורה אור – די ליכטיקייט פון תורה און מצוות, כדי דער אויבערשטער זאָל מאַכן רוען זיין ג-טלעכע שכינה ניט נאָר אין בית-המקדש, נאָר אין יעדע אידישע היים אין יעדע אידישע האַרץ.

און דאָ ווערט ווידעראַמאָל אונטערשטראָכן דער וויכטיגער אָרט וואָס די אידישע פרוי פאַרנעמט אין ליכטיג מאַכן די היים מיט דער ליכטיקייט פון תורה און מצוות, כדי די היים זאָל זיין אַ היים פאַר דער ג-טלעכער שכינה. דאָס אונטערשטרייכט אויך די וויכטיקייט פון אייער אַרבעט צו שטיצן די הייליגע מוסדות התורה פון ליובאַוויטש, וואָס גיט אייך אַ חלק אין דער גרויסער און פאַרצווייגטער טעטיקייט פון די ליובאַוויטשער תורה-מוסדות.

ויהי רצון, אַז דער זכות זאָל אייך אַלעמען ביישטיין, אַז די יערלעכע אונטערנעמונג זאָל זיין מיט גרויס הצלחה, און יעדע איינע פון אייך מיט אייערע בני בית – שיחיו – זאָלן געבענטשט ווערן אין אַלץ וואָס מען נויטיגט זיך, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 25
Id
rh-d2bewa9r

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit9507