עברית
Library

יום ו' י"ד תשרי, ה'שי"ת

357

אשרי האיש, גליקלעך איז דער וואָס האָט זוכה געווען צו זיין אין ליובאַוויטש, עיר הבירה פון חסידות חב"ד, עבודת התפלה און מדות חסידות.

באַ חסידי חב"ד וואָס זיינען מחונך דורך אַ מחנך מסודר איז איינער פון די הילף מיטלען, אין דער עבודת ההכשרה צו ווערן אַ כלי קיבול צום חינוך פנימי, דער קביעות זמן, יעדער לפי ענינו, אויף צו פאַרטיפן זיך אין דעם ציור מפורט בכל פרטיו, היינו דער זמן — פון די ימי תקופת השנה — און דער מקום.

עס זיינען געווען אַזעלכע בעלי חוש וואָס די פאַרטיפונג האָט באַ זיי אָפּגע­ריבן דעם זמן העבר און האָבן געהאַט אַ גליקלעכען הוה ווי ער איז באַ דעם רבין ביחידות און זאָגט אַרויס פנימיות לבבו ער הערט דעם רבינס ענטפער מיט דעם מחזה פני הקודש פון רבין.

אותיות הדבור זיינען אָרעם אַרויס­צוגעבן די הפלאה פון אַזאַ געפיהל, אפילו אותיות המחשבה זיינען צו ארעם אויף דעם, נאָר געפיהל אָן ווערטער קען דאָס אַרויסגעבן אין אַ געוויסן אינער­ליכן ציטער.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-q0trc9h5

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources