עברית
Library

שיחות חג הפסח

108

וואָס איז דער חילוק פון מיר ביז בנציון'עןלה (המשרת של אדמו"ר מהר"ש נ"ע שהי' קפדן גדול), אַז איך זע אויף איינעם אַ עוולה ווער איך אויך אין כעס אַזוי ווי ער, ביז יענעם דוקר זיין, נאָר איך לייג אָפּ דעם כעס אויף אַ שעה און אַ מינוט, דעמאָלסט זע איך אַז (דער כעס) איז געווען אַ שטות.

איך גידיינק ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד און דער טאַטע האָט געפּראוועט דעם סדר ביי דער באָבען (הרבנית רבקה אשת אדמו"ר מהר"ש נ"ע) אין הויז, האָט מען צו שפוך חמתך געעפענט אַלע טירען פון די חדרים, פון דעם חדר וואו מען איז געזעסען ביז די ערשטע טיר פון גאַסלו, מ'האָט געשיקט שלוחים — מהמסובים אל השולחן — חשובים עפענען די טירען, הגם אליהו הנביא קען אַליין טרעפען אין אַ אידישע הויז, אָבער מען דאַרף גיין אַליין עפענען אַריינלאָזען אליהו הנביא. די אמונה פשוטה גיט אַריין אַ תוקף אין השגה.

איינמאָל, ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד, בין איך געגאַנגען עפענען די טיר, איין טיר איז געווען אַ דאָפּעלע, האָב איך די ערשטע געעפנט די אַנדער העלפט, האָט מען געדאַרפט עפענען פון אויבען, האָב איך זיך געשטעלט אויף אַ שטול און נאָך אַלץ ניט געקענט דערלאַנגען, האָט מיר דער טאַטע אויפגעהויבען. אַראָפּגייענדיק פון שטול האָב איך אַזוי ווי אָפּגעזיפצעט פון אָנשטרענגונג, רופט זיך אָפּ דער טאַטע: אַריינצולאָזן אַ איד אין הויז — אליהו הנביא, דאַרף מען זיך אָנהאָרעווען.

אח"כ אמר אד"ש: איך וואָלט וועלען גיין עפענען נאָר... וצוה לרש"ללז ועוד מהמסובים לילך בתורת שליחות לפתוח הדלת.

בב' לילי הסדרים מזגו כוס אליהו הנביא אחר בהמ"זלח.

כד. אחר גמר אמירת ההגדה אמר כ"ק אד"ש: מאָרגען דאַרף מען זיך ניט איילען. מ'קאָן גיין אין וואַסער, לערנען חסידות פאַרן דאַוונען און נאָך דעם גייען דאַוונען, [.. . ] נעמען אפי' עס אין די אַרבעט.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-pm8v4hkr

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources