עברית
Library

חורף ה'שי"ת

389

נאָך מער, זיי — די סתימא­מוחין'­דיקע זיינען גאָר שטאַרקע נזהרים אין דקדוקי מצות און מאַכען כמה וכמה סייגים זיי זאָלען ח"ו ניט נכשל ווערען אין אַ דקדוק קל פון הידור מצוה הן אין אַ העדר קיום מצות עשה און הן אין עובר זיין אויף אַ לא תעשה, נאָר דאָס אַלעס איז באַ זיי בהגלמה.

די וואָס ווילען זיך פאַרשטיין­געבען וואָס מיינט דער אויסשפּראַך "הגלמה" אויף דער חסידות­חב"ד שפּראַך קענען דאָס זיך ערקלערען מיט דעם אונטער­שייד פון דעם שטאַנד און ווירקונג פון די אברי הגוף.

די קאָפּ און אחורייםז זיינען ביידע פון דער גרעסטער וויכטיקייט פאַר דעם מענטשען, דאָך זיינען זיי פאַרשידען, סיי אין זייער מהות און סיי אין זייערע פעולות.

ג. די אויבענדערמאָנטע צוטיילונג פון סתימא'מוחין'דיקע און גליא­מוחין'­דיקע מענטשען איז שוין מתחילת הבריאה איינגעטיילט אין צוויי דרגות.

די צוויי דרגות זיינען מתחילת הבריאה, פון אדם הראשון ביז אברהם און פון אברהם און ווייטער.

דער זמן ביז אברהם איז אפילה, און פון אברהם איז אור.

עס שטייטח עד אברהם הי' העולם מתנהג באפילה ומכיון שבא אברהם התחיל להאיר, ביז אברהם האָט זיך די וועלט געפירט אין פינסטערניש, עס איז געווען אַ פינסטערניש אויף דער וועלטט.

אברהם התחיל להאיר.

דער טיפער מיין פון דעם וואָרט איז, אַז ניט נאָר אברהם אבינו האָט געלעבט אין אור, נאָר אויך התחיל להאיר, ער איז געווען איבערגעגעבען, מיט אַ מסירת נפש עבודה, אויף להאיר, ליכטיק צו מאַכען די פינסטערניש פון דער וועלט.

חסידות­חב"ד דערקלערט אַז עבודת אברהם אבינו איז אַז דער חושך אַליין זאל, דורך עבודה און קיום המצות ומדות, ווערען אור.

אדם הראשון, הגם ער איז באַשאַפען געוואָרען עפר מן האדמה, דער גרעב­סטער יסוד פון ד' יסודות אש רוח מים עפרי, ער איז אָבער געווען יציר כפיו של הקב"היא, וואָס מיט זיין קערפּערליכער שיין האָט ער פאַרטונקעלט די זון ליכטיב, אָבער נאָך די אַלע גרעסטע מעלות און הפלאות איז ער געווען אַ אפילה מענטשיג.

אויך נח, וועלכען די תורה רופט מיטן נאָמען צדיק, איז אָבער נאָר בדורותיו, דאָס מיינט אַז לגבי זיינע צייט­מענטשען איז ער געווען אַ צדיק, און זיינע צדקות איז געווען נאָר פאַר זיך אַליין, ער איז ניט געלעגעןיד אין דעם צו בעלייכטן די

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-mpz9va66

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources