עברית
Library

י"ט כסלו תש"ט

289

ב. מען מאַכט אַ טעות, מען מיינט אַז אין חב"ד קען זיין מער סדר ווי אין מדות, דער אמת איז אַז דער עיקר הסדר איז אין מדות ווייל עיקר המוחין איז בשביל המדות.

הגם אַ בעל מוחין איז אַ ערנסטער, ער גייט ערנסט, ער שטייט ערנסט, ער איז אויסגערעכענט — און אַ בעל מדות איז אַ בהול, דאָך דער עיקר הסדר איז אין מדות, כללות המוחין איז בשביל המדות, און גילוי המוחין איז אין מדות. דער עיקר איז מדות.

ג. עס איז פאַראַן אַ אַלטער וואָרט און במשך הדורות איז אין דעם וואָרט געזאָגט געוואָרן אַפולע ביאורים.

די גמרא זאָגטד מדת חסידות שנו כאן. לכאורה שנו איז דאָך לערנען, איז דאָך דאָס מוחין ניט מדות. נאָר דער עיקר פון לערנען איז בשביל מדות חסידותה. שנו איז לשון שינון, שאַרף, עס דאַרף זיין שאַרפע מדות.

עס איז דאָ מהיכי­תיתי'דיגע מדות, ער איז אַ איש טוב מהיכי תיתי, ער טוט אַ טובה מהיכי תיתי.

עס דאַרף זיין שאַרפע מדות, שאַרף הייסט אַז עס שנייט מלפניו ומלאחריו.

ד. עס קען זיין אַ למדן מופלג, ער זאָגט חידושים אין תורה, ווען ער איז נאָך געווען אַ אינגעל און דער זיידע האָט איהם פאַרהערט האָט ער געזאָגט אַ שאַרפען תוספות מיט אַ קנאַק, און איצטער האָט ער תלמידים וואָס די קטנים שבהם ווערען פאַררעכנט אין עולם הלומדים. אָבער וואָס האָט ער זיך אויסגעלערנט, צי האָט ער זיך אויסגע­לערנט דאַוונען.

ה. אין דאַוונען איז דאָ פאַר'ן דאַוונען און נאָכן דאַוונען. דאַוונען איז ניט אָפּגעדאַוונט — נאָר דאַוונען.

מ'דאַרף דאַוונען.

ו. (אמר לש. פ.ו:) דו פאָרסט זעהן די גלות אידען; באמת זיינען מיר אַלע אין גלות, און אין אַ שטאַרקען גלות. גלות איז שינהז. אין שלאָף חלום'ט זיך, עס איז אַ זיסער חלום, אַ גוטער חלום, אָבער אַז מען חאַפּט זיך אויף, זעהט מען אַז עס איז תהו ובהו, פּוסט און וויסט.

מען מיינט אַז מען האָט כסף וזהב, מלבושי כבוד, אָבער עס איז לא דובים ולא יער, די געלט גייט אַוועק אויף מסים וארנוניות. און אַז ער חאַפּט זיך, זעהט ער אַז ער האָט אַ גרויסע לאָך.

מען מיינט אַז עס איז אַ זיסער חלום, אָבער באמת איז דאָס אַ ביטערער חלום.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-g0mk9qyf

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources