עברית
Library

יום ש"ק בראשית תש"ז בסעודה

81

עבודת התפלה, אפשר — מען וועט רעדען און רעדן וועגן דעם, ביז מען וועט זיך דער­רעדען.

דער טאַטע האָט אַמאָל גערעדט אַ ענין וואָס איז געווען מיוסד אויפ'ן זיידע'נס אַ וואָרט: ווילען וויל מען דאָך, מ'וויל דאָך עבודה, שכל איז אויך דאָ, מדות איז דאָך אַודאַי דאָ ביי יעדען, נאָר וואָס פעלט — דער בפועל ממש. באמת דאָס אויך ניט, נאָר מען דאַרף האָבען די ידיעה אַז עס דאַרף זיין דער פרוטה לפורטה.

באמת איז דאָך דער אויבערשטער אויך אַ ביסעל שולדיג, אַז ער וואָלט געגעבען הרוחה אין גשמיות, פרנסה בריוח, זיין געזונט אַליין און די בני בית, און אַז ער אַליין זאָל וועלען לערנען און דאַוונען, און זיינע קינדער זאָלען וועלען לערנען און דאַוונען, וואָלט דאָך געווען אַנדערש, נאָר עס איז דאָ מניעות ועיכובים, און ער, דער אויבערשטער קען דאָך צונעמען די מניעות ועיכובים, אַזוי ווי אַ פאָטער צו זיין בן יחיד. אידען זיינען דאָך בני יחידים, יעדער איד איז אַ בן יחידד וואָרום בשבילו נברא העולםה.

ה. מען האָט געדאַרפט איינ'חזר'ן די אַלטע ניגונים (די נייע זיינען דאָך נאָר אַ טענצל). יעדער ניגון דערמאָנט זכרונות, יעדער ניגון איז מיוסד. יעדער ניגון איז יקר, לבד וואָס זיי דערמאָנען זכרונות, איז יעדער ניגון יקר מצד עצמו און בפרט פאַר די וואָס טוען אין עבודת התפלה.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-c8acqrxh

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources