ועפּ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דער פּסוקד טייטשט אויס אַז „וידקור את שניהם" איז געווען „את האשה אל קבתה", און רש"י איז מפרשו „כוון בתוך זכרות של זמרי ונקבות שלה וראו כולם שלא לחנם הרגם" — דלכאורהא למאי דערציילט עס דער פּסוק דאָ?ב ווי קען גאָר זיין אַ קס"ד אַז „לחנם הרגם" — נאָך זמרי'ס זאָגן בפירוש; זו אסורה או מותרת כו' — ווי געבראַכט בפּירוש רש"י דאָ?
נאָר היות אַז מיטן סיפּור „וירא פּנחס גו'" וויל דער פּסוק אויך מרמז זיין די הלכה אַז „הבועל ארמית קנאין פוגעין בו", זאָגט ער דעריבער „אל קבתה" בכדי צו מרמז זיין אויך די פּרטים פון דער הלכה, אַז דער קנאי מעג פוגע זיין אין דעם בועל ארמית דוקא בשעת מעשה אָבער ניט לאחרי שפירשה.
ב. לכאורה קען מען פרעגן; אויב די תורה וויל אונז לאָזן הערן דעם דין פון „קנאין פוגעין בו" — פאַרוואָס ווערט אָט־די הלכה געבראַכט אין פּסוק אין אַן אופן פון סיפּור און ניט151אין אַן אופן פון אַ דין, ווי עס שטייען אין תורה די אַנדערע דינים?
איז דער ביאור אין דעם;
ביי דעם ענין פון „קנאין פוגעין בו", שטייטז „הבא לימלך אין מורין לו". קען דעריבער דער דין ניט שטיין אין תושב"כ (סיידן בדרך סיפּור), ווייל די נצחיות פון תושב"כ — וויבאַלד ס'איז דברים שבכתב, איז עס אין אַן אופן וואָס זיי האַלטן שטענדיק אין איין זאָגן די ענינים וועלכע שטייען אין אירח [און ניט בלויז ווי די נצחיות וועלכע איז אין תושבע"פ, אַז זי איז „מצוה עומדת לעולם ולעולמי עולמים"ט — עס בייטן זיך ניט אירע ציוויים און הוראות]. ובמילא, ווען אין תורה שבכתב וואָלט געווען געשריבן אַ דין אַז „קנאין פוגעין בו", וואָלט עס געוואָרן אַ שטענדיקע הוראה — אויך פאַר דעם וואָס „בא לימלך"י.
ועפ"ז קומט אויס, אַז אויך דאָס גופא וואָס די הלכה „קנאין פוגעין בו" שטייט אין תושב"כ נאָר בדרך סיפּור, איז מרמז אַ פּרט אין דעם דין — אַז „הבא לימלך אין מורין לו".
ג. אין דעם דין פון „הבועל ארמית קנאין פוגעין בו" — וויבאַלד אַז „אין מיתתו מסורה לב"ד", ביז אַז ב"ד טאָר גאָר ניט מורה זיין צו דעם קנאי אַז ער זאָל אים הרג'נען — זיינען פאַראַן ראשוניםיא וואָס לערנען, אַז דער בועל ארמית איז קיין מיתה ניט מחוייב. די „הלכה" איז, אַז דער קנאי האָט אַ ציווייב צו פוגע זיין אין דעם בועל, אָבער דער בועל איז ניט קיין מחוייב מיתהיג.
דער דין איז אַז אין געוויסע פאַלן דאַרף דער ב"ד געבן מלקות אָדער אפי' הרג'נען אויך אַזעלכע וואָס זיינען מצד עצמם ניט מחוייב אין דעם — „לעשות סייג לתורה. וכיון שרואים ב"ד שפרצו העם בדבר, יש להן לגדור ולחזק הדבר כפי מה שיראה להם"כב.
154[ווי רש"י זאָגט אין אַ פריערדיקער סדרהכט, אַז „גבולות חלק הקב"ה בעולמו", און אַז „ויבדל אהרן להקדישו קדש קדשים הוא ובניו עד עולם"ל, איז אַן ענין שבטבע פּונקט ווי די הבדלה צווישן „ויהי ערב" און „ויהי בקר"],
היינט וויבאַלד אַז ביז דאַן איז פנחס ניט געווען קיין כהן (ווייל „לא ניתנה (כהונה) אלא לאהרן ולבניו שנמשחו עמו ולתולדותיהם שיולידו אחר המשחתן"לא, און פנחס איז געבאָרן געוואָרן פריער), איז ווי איז ער געוואָרן אַ כהן „תחת אשר קנא"לב?
ז. איז דער ביאור אין דעם;
דער חטא פון ביאות אסורות איז האַרבער פון אַנדערע עבירות, דערמיט וואָס „ביאה" פאַרנעמט דעם גאַנצן מענטשןלג און נעמט זיך פון נפש ווי זי איז העכער פון כחות הגלויים [וואָס דערפאַר קען מען מוליד זיין אַ בן וואָס האָט אַלע כחות הנפש, ביז עס קען זיין „יפה כח הבן מכח האב"לד, וואָרום די הולדה נעמט זיך פון עצם הנפש ווי זי איז העכער פון כחות הגלויים — און בעצם נפשו איז דאָך דער אב שלם בכל כחותיולח], קומט דאָך אויס, אַז דורך אַ ביאה אסורה ר"ל טראָגט מען אַריין אַן ענין עצמי אין קליפה (ניט ווי ביי אַנדערע עבירות, וואו דער חוטא איז מכניס אין קליפּה בלויז יענע כחות פון נפש האלקית וועלכע זיינען שייך צו דער פּעולה פּרטית).
אָבער נאָך האַרבער איז דער חטא פון בועל ארמית, ווי דער לשוןל; „יש בו הפסד שאין בכל העריות כמותו". ווייל מיט יעדן אַנדערן חטא, אפילו פון עריות, גייט מען ניט איבער די „גבולות" וועלכע דער אויבערשטער האָט אויפגעשטעלט בין ישראל לעמים (וואָס אויך זיי זיינען אין טבע הבריאהלז, בדוגמת „ויבדל גו' בין האור ובין החשך"לח),
וואָרום ניט בלויז דער עובר אויפן איסור עריות בלייבט אַ איד אַזוי ווי פריער (ווי ביי אַלע חטאים, כמאמרלט „ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא") און ער איז מחוייב בכל המצותמ,155נאָר אויך דער קינד וואָס ווערט געבאָרן באיסור — איז „בכלל ישראל נחשב אע"פ שהוא ממזר"ל און ער איז מחוייב אין אַלע מצות (ביז אַז וויבאַלד אַז ער איז אַ אידמא — איז אויב נאָר ער וועט לערנען תורה און ווערן אַ תלמיד חכם, וועט ער זיין „קודם לכהן גדול עם הארץ"מב) ;
משא"כ דער בועל ארמית, וויבאַלד אַז „הבן מן הכותית אינו בנו", ער איז ניט קיין איד — גייט ער דאָך אַריבער די גבולות שבין ישראל לעמים, ער נעמט זיין כח ההולדה, אין וועלכן עס געפינט זיך זיין עצם הנפש, און ער איז דערמיט מוליד אַ גוי!
ח. און נאָך אַן ענין אין דעם; די גמראמג זאָגט „שלשה שותפין באדם, אב ואם כו' והקב"ה נותן בו נשמה". און ס'איז דאָך ידועמד, אַז [נוסף לזה וואָס דער עיקר איז די נשמה, דער חלק הקב"ה, איז] אויך בנוגע צום גוף — דער חלק פון אב ואם, איז עס ניט קיין ענין פון „טבע" (וואו אלקות איז בהעלם), נאָר אויך אין דעם שטייט דער כח פון דעם אויבערשטן בגילוי.
קומט דאָך במילא אויס, אַז דורכן חטא פון בועל ארמית, נעמט ער דעם כח ההולדה פון אַ אידן — וואָס ביי אידן איז דער כח הא"ס בגילוימה, און ער נוצט עס אויס אויפן היפך ח"ו — אויף „כי יסיר את בנך מאחרי — מסיר אותו מלהיות אחרי ה'".
און דערפאַר שטייט ביי פנחס'ן „תחת אשר קנא לאלקיו", ווייל די קנאות וואָס פנחס האָט מקנא געווען באַם חטא פון בועל ארמית איז געווען „לאלקיו", צוליב דעם כח הא"ס (שבגלוי) וואָס גייט איבער ר"ל צו דעם היפך פון אלקותמו.
ט. ס'איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק; וויבאַלד אַז די הבדלה „בין ישראל לעמים" איז איינער פון די „גבולות" וואָס זיינען איינגעשטעלט בטבע הבריאה — איז ווי קען אַ איד אַריבערגיין דעם גבול (דורך זיין אַ בועל אַרמית) ?
איז דער ביאור אין דעם;
דער כח הבחירה וואָס איז דאָ ביי אַ אידן, קומט דערפון וואָס „הן האדם הי' כאחד ממנו"מז, ער איז בדומה כביכול צום אויבערשטן — וואָס „אין מי שיעכב על ידו" און ער קען בוחר זיין אין וואָס ער ווילמח.
און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער איז דאָך ניט מוגדר ח"ו אין חוקי הטבע, ביז אַז ער איז ניט מוגדר אַפילו אין דער הבדלה שבין ישראל156לעמים*40) (וואָרום ער האָט דאָך אויפגעמאַכט די הבדלה, און בבחירתו החפשית), איז דעריבער מצד דעם וואָס דער כח הבחירה וואָס נעמט זיך „מבחי' גבוה מאד" איז געקומען למטה און אַ איד קען דאָס אויסנוצן אויף צו בוחר זיין אויך אין דעם היפך ח"ו — קען ער (מיטן מוליד זיין אַ נכרי ר"ל) אַריבערגיין די גבולות שבין ישראל לעמים.
און דאָס איז אויך דער ביאור אין דעם וואָס שכר פנחס איז „ברית כהונת עולם" — אע"פ אַז כהונה איז אַן ענין פון טבע — ווייל וויבאַלד אַז דער חטא פון זמרי (וואָס האָט אַרויסגעבראַכט קנאות פנחס) איז באַשטאַנען אין אַראָפּנעמען די הבדלה שבין ישראל לעמים, וואָס איז בדוגמת „ויבדל גו' בין האור ובין החשך" כנ"ל, דעריבער איז „תחת אשר קנא לאלקיו", האָט ער באַקומען דעם שכר — מדה כנגד מדה, „והיתה לו ולזרעו אחריו ברית כהונת עולם"נ.
יו"ד. אָט דער ענין ביים חטא פון בועל ארמית, וואָס דורך אים ווערט אַריבערגעטראָגן ר"ל דער כח הא"ס אין לעומת־זה להבדיל, איז נאָר בשעת מעשה;
ביי אַלע אַנדערע חטאים, הגם אַז דער כח פון נפש האלקית המלובש במעשה העבירה האָט יורד געווען אין ג' קליפות הטמאות, בלייבט ער אָבער נאָך אַלץ אַ כח פון קדושה. ס'איז נאָר וואָס דער כח פון דעם נה"א ווערט נבלע אין די „זדונות" וועלכע זיינען אויף אים מעליםנא. און דעריבער קען דער חוטא — דורך זיין תשובה — מעלה זיין דעם כח צוריק אין קדושה;
157און אפילו אין פאַל ווען „בא על הערוה והוליד ממנה ממזר" וואָס דאַן איז עס אַ „מעוות שלא יוכל לתקון"נב, איז עס בלויז בנוגע צום תיקון החטא — ווייל „עוונו גלוי ונזכר כל זמן שממזר קיים"נג. [און ווי דער אַלטער רבי איז מסבירנד, אַז היות ווי דער חיות וואָס איז געקומען לעוה"ז, איז נתלבש געוואָרן בגוף בשר־ודם (וואָס איז באַשאַפן געוואָרן דורך דער עבירה), קען ער ניט מעלה זיין דעם חיות אין קדושה]. אָבער אעפּ"כ, וויבאַלד אַז אויך דער ממזר איז „בכלל ישראל נחשב", איז אפילו בעת דער חיות איז מלובש אין דעם ממזר — איז עס נאָך אַלץ אַ חיות פון קדושה.
און דעריבער האָבן עבירות אַ המשך אויך לאחרי עשיית העבירה — וואָרום כל זמן ער טוט ניט קיין תשובה, געפינט זיך אַ כח פון קדושה אין „זדונות"; משא"כ אין פאַל פון בועל ארמית, וויבאַלד אַז גלייך ווי דער חיות גייט אַריבער צו דער ארמית ווערט עס אויס קדושה — איז עס במילא אַן ענין וואָס איז פאַראַן נאָר בשעת מעשה *נד;
בנוגע צום כללות הכח פון מענטשן וואָס איז מלובש אין מעשה החטא — וויבאַלד אַז אויך דער בועל ארמית „אע"פ שחטא ישראל הוא", איז עס גלייך צו אַלע עבירות, וואָס אויך לאחרי עשיית החטא בלייבט דער כח הקדושה מלובש אין רע. און דערפאַר איז פאַראַן אויף אים דער חיוב כרת אויך שפּעטער; אָבער בנוגע צום „הפסד" — בל' הרמב"ם — ביי בועל ארמית (וואָס איז ניטאָ ביי אַנדערע חטאים) — מצד דעם חיות ווי ער גייט איבער ר"ל צו גויים, דער ענין איז נאָר בשעת מעשה, כנ"ל.
און דערפאַר איז דער דין פון „קנאין פוגעין בו" דוקא קודם שפירש — ווייל די פגיעת הקנאין איז פאַרבונדן מיט דעם „הפסד" ביים חטא פון בועל ארמיתנח, וועלכער איז נאָר בעת מעשה, וכנ"ל.
יא. ע"פּ הנ"ל קען מען אויך מבאר זיין בדרך אפשר דאָס וואָס דער חיוב מיתה פון בועל ארמית איז ניט איבערגעגעבן געוואָרן צו ב"ד (ווי אַלע אַנדערע חיובי מיתה), נאָר צו קנאין;
די בחירה ווי זי איז איבערגעגעבן געוואָרן צו אַ אידן מצד תורה, איז בלויז אַז ער קען אויסקלייבן „את החיים ואת הטוב"נח אָדער ח"ו דעם היפך — „את המות ואת הרע"נח, אָבער ניט צו איבערמאַכן פון רע טוב אָדער פון טוב רע.
וואָס דאָס איז דער ביאור אין דעם וואָס תשובה איז העכער פון תורהסז,158ווייל מצד תורה קענען זדונות ניט נהפך ווערן צו טובנח; נאָר דוקא אַ איד — וואָס ישראל קדמו לתורהנט, ער האָט בכח צו מהפך זיין אויך פון זדונות לזכיות80).
און כשם ווי דאָס איז ביים ענין פון זדונות נעשים לו כזכיות, אַזוי איז עס אויך (ובמכ"ש 81)) בנוגע צום איבערמאַכן פון טוב לרע, וואָס ווערט דורכן חטא פון בועל ארמית; אַז אין דער בחירה וואָס איז דאָ ביי אַ אידן, דריקט זיך אויס דער שרש הנשמות ווי זיי זיינען מושרש אין עצמות — העכער פון תורה02), וואָס מצד „מי יאמר לך מה תפעל"83), האָט אַ איד בכח צו נעמען כביכול דעם כח הא"ס און מוליד זיין דורך דעם אַזאַ וואָס איז „מסיר אותו מלהיות אחרי ה'".
און דעריבער איז אויך דער עונש אויף דעם חטא — וואָס אַן עונש איז דאָך לפי אופן הפגםסד — איבערגעגעבן געוואָרן ניט צו ב"ד וואָס פּסק'נען ע"פּ תורה, נאָר צו „קנאין", צו אידן וואָס זיינען זיך מוסר נפש אויף קנאת ה', אפילו אין אַזאַ ענין וואָס (מצד תורה) איז „אין מורין לו"85).
יב. ע"פּ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון מנין בני ישראל; חלוקת הארץ; און פרשת הקרבנות (וועלכע ענדיקט זיך מיטן ענין פון „ביום השמיני עצרת תהי' לכם") — צו „פנחס" (וואָס דער נאָמען פנחס איז דאָך אויף אַלע טיילן און ענינים פון דער סדרה88)) ;
„מנין בני ישראל" — וואו יעדער איד, ניט געקוקט אויף זיין מדריגה אין לימוד התורה וקיום המצות, ווערט159געציילט מיט דער זעלבער צאָל — איינס — דריקט אויס דעם עצם פון אידן ווי זיי זיינען העכער פון תורה87);
אויך חלוקת הארץ, איז (נוסף לזה וואָס זי דריקט אויס די הבדלה שבין ישראל לעמים, ווי דער דין איז, אַז מען טאָר ניט אַוועקגעבן אָדער פאַרקויפן פון ארץ־ישראל צו אוה"עסח — איז נוסף לזה, די חלוקה פון א"י איז) געווען דורך גורל, וואָס ענין הגורל באַווייזטסט אויף בחי' עצם הנשמה שלמעלה מטעם ודעתע;
און אויך פרשת הקרבנות, וועלכע ענדיקט זיך כנ"ל מיט „ביום השמיני עצרת תהי' לכם", איז מדגיש די הבדלה שבין ישראל לעמים, ווי עס ברענגט זיךעא דערויף דער פּסוקעב „יהיו לך לבדך ואין לזרים אתך"עג.
(משיחת ש"פ בלק תשכ"ה)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site