עברית
Library

משיחת ליל ש"ק נח, בדר"ח מר­חשון, תש"ז

82

האָט עם באַשאַפען. דאָס איז "ונח מצא חן", נח האָט געוואוסט אַז "מצא חן", און פאַרוואָס ער איז "מצא חן"ד.

ב. מען דאַרף דאַוונען. דאַוונען מיט השכלה — נו, טראַכטען אַ ענין אינמיטן דאַוונען — נו.

הגם שכל איז מגלה מדות, אָבער שכל קילט אויך אָפּ מדות.

מען דאַרף מאַטערען דעם מוח 2 שעה פאַר דעם דאַוונען, דורך דעם ווערט התעוררות הלב, עס ווערט נתגלה די פּינטל האַרץ, און נאָך מיט אַ ניגון.

ג. אאמו"ר נ"ע והרז"א האָבען געלערנט ביי שלום מקאַדיןה, אאמו"ר נ"ע הי' מאריך בתפלה פלעגט ער אָנהויבען פריער דאַוונען. דער מלמד האָט זיך פאַרקלאָגט פאַר אמו הרבנית נ"עב אַז נאָכן דאַוונען בלייבט ער אָן כחות, און בשעת לערנען איז דער עיקר רצון זיינער ניט אַזוי אַפן לערנען ווי אויף מקיים זיין וואָס ער לערענט.

הרבנית האָט דאָס דערציילט אדמו"ר מוהר"ש נ"ע, האָט ער געזאָגט: מען וועט זען.

איינמאָל אין אַ וואָכען­טאָג ווען אאמו"ר נ"ע האָט געהאַלטן אין מיטן דאַוונען מיט'ן טלית איבערן קאָפּ און מיט אַ ניגון, האָט אדמו"ר מוהר"ש אויפגעהויבן דעם טלית, זיינען די אויגען געווען ביי אים פאַרגלאַנצט, און פון רוב דביקות האָט אאמו"ר די גאַנצע זאַך ניט מרגיש געוועןו.

האָט געזאָגט אדמו"ר מוהר"ש להרבנית: נו, קען מען האָבען אַ האַרץ אים נישט הייסן, ער מצד כיבוד אב וועט ער דאָך פאָלגען, ס'איז דאָך אַ דאָפּעלטער רחמנות: אַ רחמנות ביי אים דאָס אַוועקנעמען, און צווייטענס אַ רחמנות אויפ'ן אויבערשטען צונעמען דעם נחת רוח וואָס מען האָט פון דעם למעלהז. כאשר היתה מספרת זאת להרבי שליט"א אודות זה הסיפור, היו דמעות נוצצות בעיני'.

ד. אדמו"ר מוהר"ש האָט געזאָגט לבן אחיו ר' אברהם קישינעווערח אויף אאמו"ר נ"ע אַז ער שלאָפט מיט'ן ראַנעץ.

אַ סאָלדאַט טראָגט אַ ראַנעץ, דאָס איז דער ענין פון קבלת עול. און שלאָפען אין ראַנעץ, דאָס איז דער תענוג און חיות אין קבלת עול.

על הרז"א אמר מהר"ש: רז"א איז דער ענין פון רזאט. ער איז אַ בעל סוד, אַז ער אַליין ווייסט ניט אַז ער האָט אַ סוד.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-6kfg2peq

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources