עברית
Library

יום ב' דר"ה תש"ט בסעודה

277

ג. דעם ליובאַוויטש שבליובאַוויטש האָט מען געבראַכט אַהער.

ד. (איזה מהמסובים התחילו להזכיר על ענינים וסדרים שונים שהיו בליובאַ­וויטש, והזכירו משנת תרס"ו שמח"ת, שכ"ק אדמו"ר נ"ע אמר אזג המאמר ד"ה כי נער ישראל ואוהבהוד. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) דער טאַטע האָט דאַ­מאָלסט געזאָגט פאַרען מאמר: איך וועל זאָגן אַ ענין וואָס האָט זיך באַ מיר יעצט אָפּגעלייגטה, ובחשאי אמר: וואָס נשמה האָט גענומען פון חי'. ובהמאמר פירש: נער ישראל ואוהבהוו, ואהבהו וואָס איך — הקב"ה — האָב אַריינגעגעבען אַ אהבה אין ישראל.

ה. ברור הדבר, אַז יעדערער וואָס דערמאָנט זיך דעם ציור פון ליובאַוויטש ווי דער רבי האָט געזאָגט חסידות, און איז זיך מצייר ווי דער רבי האָט דאַ­מאָלסט אויסגעזען, און ווי דער חסיד האָט געהערט און ווי ער האָט דאַן אויסגעזען, און ווי עס האָט אויסגעזען בשעת מען האָט גע'חזר'ט דעם רבי'נס אַ מאמר אָדער אַ שיחה — איז ברור הדבר אַז עס וועט באַ אים נתגלה ווערן דער פנימיות הנשמה, סיי ביי דעם דער­ציילער און סיי ביי דעם הערער.

ו. הרה"ח ר' הלל פּאַריטשערז האָט זוכה געווען צו אַ כיבוד פנימי פון די רביים. בכלל איז אויף יעדער פון די חסידים הגדולים געווען אַ בעזונדער טיטול, אָבער פאַר ר' הלל'ן איז באַ די רביים געווען אַ בעזונדער הדרת. — עס איז שווער צו זאָגן דעם וואָרט "הדרת הכבוד", ווייל ר' הלל האָט געהאָרעוועט אויף אנשים פשוטים. ער האָט מגלה געווען די יחידה שבנפש באַ די אנשים פשוטים.

ז. עס איז דאָ גאָר אַן אַלטער וואָרט: עס זיינען פאַראַן דריי העדרים: העדר העבודה, העדר הידיעה און העדר ההשגה. באמת איז דאָס אַלץ תלוי אין העדר העבודה, און אַז עס איז דאָ עבודה, איז דאַמאָלסט פאַראַן ידיעה, און די ידיעה קומט דאַן אַראָפּ אין השגה.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-6k09ra6d

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources