עברית
Library

פורים תש"ז

100

איד איז, מען דאַרף האָלט האָבן אַ אידן ווייל ער איז אַ איד, דער תשלום שכר ע"ז איז אהבת השם; ניט מצד עבודה נאָר אהבה עצמית. דער אויבערשטער זאָגט: דו האָסט האָלט מיינע קינדער­לעך — בין איך זיך צו דיר מתגלה, עצמות איז זיך מתגלה.

דער רבי ווען ער איז געקומען פון מעזריטש האָט ער מיט זיך געבראַכט חבילות חבילותז של אור עצמי, ניט התפשטות האור, וואָס דאָס האָט אַרומ­גענומען פון פנימיות המוח ביז צו די נעגל (בלשון הזה קבלתי).

עס איז ידוע דער וואָרט וואָס דער רבי האָט אַמאָל געזאָגט אַז אַ געשמאַק אין תורה ועבודה איז דורך עבודה בפועל.

אַמאָל האָט מען געלעבט מיט אַ וואָרט, מ'האָט געהאַט אַ געשמאַק אין אַ וואָרט. עס איז געווען השכלה, השגה, עבודה בפועל; נאָר געלעבט האָט מען מיט אַ וואָרט.

ג. מ'דאַרף נעמען משקה, שיכור דאַרף מען ניט ווערןח, מ'דאַרף ניט געבן דעם נפש הבהמית, מ'דאַרף משמח זיין דעם נפה"א עס זאָל זיין בהתפשטות און ניט בכיווץ.

ליידיק דאַרף מען ניט שטיין, אָדער נעמען משקה אָדער זינגען אַ ניגוןט.

ד. אַמאָל ביי אַ פאַרבריינגען וואָס דער טאַטע האָט פאַרבראַכט — הייתי אז בן י"א י"ב שנה ועמדתי אחורי הכסא של כ"ק אדמו"ר נ"ע כי יראו להעמיד אותי נגדו כי יראו מפני הדוחק שמא יבלבלו — האָט ער דערציילט פון עלטער זיידען דער רבי דער צ"צ, וואָס דער רבי דער צ"צ האָט דערציילט פון די סיפורים וואָס דער אַלטער רבי האָט אים דערציילט, ובתוכם, פון די מס"נ וואָס דער אַלטער רבי האָט געהאַט אויף אהבת ישראל.

דער אַלטער רבי איידער ער איז געגאַנגען אין מעזריטש איז ער געווען מיוסד אין גליא שבתורה ד. ה. גרונטיג — דאַכט זיך עס איז ניט געווען קיין ווינקעלע וואו עס איז ניט געווען דורכגעטאָן אין פאַרשטאַנד; חיות אין מצות — אַ איד וואָס איז אַ שומר תורה ומצות, האָט חיות אין מצות; צוגעקומען איז אים אין אהבת ישראל.

ער האָט דאַן אַרומגערעדט ג' מיני אהבות: אהבת השם, אהבת התורה, און אהבת ישראל, און אַרומגערעדט די ג' מיני אהבות עפ"י נגלה, עפ"י קבלה ועפ"י חסידות. ואמר: אהבת ישראל דאָ תרעא לאעלאהי, האָלט האָבן אַ אידן ווייל ער איז אַ אידיא — ניט קוקן אויף זיין התפשטות נאָר אויפן עצם.

ווען מען זעט אַז יענער פירט זיך ניט כדבעי, דאַרף אים וויי טאָן די האַרץ. און דאָס איז תיסרך רעתךיב: דאָס זעט ער פון זיין רע; דער עצם ביי יענעם איז

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-3s6g9jgn

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources