עברית
Library

יום שמח"ת בסעודה תש"ט

285

מופלגי תורה — די יודעי תורה, און אַ איש פשוט איז גאָר קיין מציאות ניט געוועזען, מ'האָט זיך מיט איהם ניט גע­רעכענט, דער איש פשוט איז געוועזען אַ מובדל, און דער בעש"ט האָט מגלה געווען די מעלה פון אנשים פשוטים.

וואס אַזוי איז אויך געוועזן די שיטה פון אַלטן רבי'ן נ"ע ביז ער איז געקומען קיין מעזריטש — זיין אַ מובדל פון אנשים פשוטים — ווען דער אַלטער רבי איז גע­קומען דאָס ערשטע מאָל קיין מעזריטש, לבד זאת וואָס דער מגיד האָט אים מגלה געווען ווער ער איז און וואָס ער איז און וואָס שליחות נשמתו איז בזה העולם, האָט ער אים געזאָגט אַז די שיטה איז קיין שיטה ניטג.

דער אַלטער רבי האָט געהאַט פון דעם אַ צער פנימי, און פון דעם קראַנק געוואָרען בגופו,

דער אַלטער רבי וואָס זיין נשמה איז געוועזן אַ נשמה דאצילות עצמו, און דאָ למטה האָט זי מאיר געוועזן באַ אים דער תוקף עוז ווי למעלהד — האָט געהאַט פון דעם אַ צער פנימי.

הגם ער איז געוועזען אַ גיבור — איז ער קראַנק געוואָרן, וכידוע המעשה מהתולעים — בהחוטם — וואָס די רופאים האָבן געזאָגט אַז דאָס איז פון אַ טיפן צערה.

דער צער איז געווען אַ כפול ומשו­לש, פון זיך און פון די תלמידים, ווייל די תלמידים האָבן מרגיש געווען יעדע תנו­עה. און האָט בעדאַרפן אַ סאַך האָרעווען אַריינצוברענגן די שיטה; און בלויז דער קירובו האָט אים געגעבן כח דאָס דורכ­צוטראָגן.

ב. מען האָט שוין נעכטן גערעדטז וואָס כ"ק אאמו"ר נ"ע האָט געזאָגט, אַז ער האָט געמאַכט תומכי-תמימים אַז די תלמידים זאָלען זיין פאסטאוואייעס. פאסטאוואייעס זיינען געמאַכט געוואָרן צו ווייזן דעם וועג. תמימים דאַרפן ווייזן דעם וועג, מ'זאָל ניט זיין קיין תועה בדרך החיים. עס איז דאָ דרך החיים און חיי החיים, תמימים דאַרפן ווייזן פאַר אַלעמען דעם דרך פון חיי החיים, מ'זאָל ניט זיין קיין תועה בדרך.

תמימים! איר טאָרט ח"ו ניט פאַרנאַכ­לעסיגן די כחות וואָס מ'האָט אייך געגעבן. מען זאָגט צו זיך: מי אני ומה אני — ווער בין איך וואָס בין איך, און באמת איז ער טאַקע ניט קיין "מי" און מכש"כ קיין "מה", ווייל ער איז דאָך אַ יש. נאָר אַז מ'האָט אים אַוועקגעשטעלט האָט ער כחות דערצו.

אַז מען שטייט אויף דער פּאָסטן, איז יש לו על מי לסמוך; און אַז מען גייט אַוועק פון פּאָסטןח, איז ער אַ מתחייב בנפשו.

ביים טאַטן — כ"ק אאמו"ר הרה"ק — פלעגט זיין אַ אויסשפּראַך: מ'דאַרף זיך נעמען דאָ ראבאטי. מ'דאַרף זיך ניט

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-26y1s5qg

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources