עברית
Library

יום א' דחג הסוכות תש"ח בסעודה

168

אַרבעס; קלייניקע קיילעכדיגע, אָבער אַז עס שטעלט זיך אין האַלדז קען מען זיך דערמיט דערווערגען.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל געזאָגט דעם טעם פאַרוואָס ביי אַ פאַר­בריינגען מאָנט מען אין עניני עבודה, ווייל אַ חסידישער פאַרבריינגען איז אַזוי ווי אַ קעסיל, דער אש של מעלה קאָכט אויס דעם גאַנצען לא טוב.

ג. משה רבינו האָט מקבל געווען די תורה און האָט זי איבערגעגעבן אידן כמאמר משה קיבל תורה ומסרה כו'ד ווייל משה איז געווען אַ טוב עיןה.

דער אַלטער רבי איז אויך געווען אַ טוב עיןו, ער האָט אַ פולע אַוועק געגעבן פאַר חסידים, וואָס באמת יעדער חסיד, אפילו אַ איש פשוט דערהערט, ער ווייס ניט וואָס, נאָר ער דערהערט אַ גילוי אור.

ד. אין יאָר תרנ"ג האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט — אין סוכה — צו רז"א: געדענקסטו וואָס דער זיידע — כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק — האָט געזאָגט, פאַרוואָס ביי חסידים זאָגט מען ניט קיין אושפיזין אין סוכהז?

וסיפר הרז"א

— הרז"א הי' בעת הסתלקות אדמו"ר הצ"צ בערך ז' שניםח והוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק הי' אַז בערך חמש, חמש וחצי שנהט —

דער זיידע — כ"ק אדמו"ר הרה"ק צ"צ — האָט געזאָגט: אַז זיי זיינען דאָ איז נאָכוואָס דאַרף מען זאָגן?! אַז מען זעט זיי ניט — דאַרף מען זאָגן, זיי צו פאַר­בעטן, אָבער אַז מען זעט זיי — איז נאָכוואָס דאַרף מען זאָגן?!

הוד כ"ק רבינו הזקן — האָט זיי יע געזען. ער האָט מיר — היינו כ"ק אאזמו"ר הצ"צ — געפרעגט: דו זעסט זיי? האָב איך געענטפערט: ניין. ואמר רבינו הזקן: אַה, אַז מען דערהערט ווי מען זעט, זעט מען. און האָט אַרויפגעלייגט די הענט אויף מיין קאָפּ — און מער האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הצ"צ ניט מסיים געווען.

כשסיים הרז"א לספר, אמר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: דער זיידע — הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צ"צ — האָט געזען און האָט אונז מנחיל געוועןי.

מען דאַרף דאָך יעדע זאַך פאַרשטיין אין השכלה והשגה, הגם השגה איז נאָר צוליב עבודה, אָבער צוליב עבודה דאַרף מען דאָך האָבען השגה, איז דער ביאור אין דעם וואָרט זען — ראיית השכל, השגת המהות.

ה. נאָך מנחה הויבט זיך אָן דער זמן שמחת בית השואבהיא. איך מיין ניט שולל זיין איצטער, נאָר עס איז חילוקי דרגות אין זמן השמחה.

ו. אַזיב דער אַלטער רבי איז געווען

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-104z6kkw

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources