עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 10620

ב"ה, אין די טעג פון חנוכה, תשל"ג

צו אלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש

ה' עליהם יחיו

אַזוי ווי די יערלעכע מסיבה קומט הייאָר פאָר באַלד נאָך חנוכה, וועט זיך זיכער לאָזן מערקן די השפעה פון די ליכטיקע חנוכה טעג באַ אַלע פאַרזאַמלטע.

חנוכה דערמאָנט די באַנייאונג און רייניקונג פון בית-המקדש פון אַלע אומרייניקייטן וועלכע זיינען אַריינגעבראַכט געוואָרן דורך די יוונים, ווי עס ווערט אויסגעדריקט אין "ועל הנסים": ואחר כך באו בניך . . ופינו את היכלך וטיהרו את מקדשך והדליקו נרות כו' - "און דאַן זיינען דיינע קינדער אַריין . . און האָבן אָפּגערייניקט דיין היכל און מטהר געווען דיין מקדש און האָבן אָנגעצונדן ליכט", א.אַ.וו.

אַלע געשעענישן אין דער אידישער געשיכטע, וועלכע האָבן פּאַסירט מיטן אידישן פאָלק אַלס פאָלק, דינען אַלס פּראַקטישע אָנווייזונגען און אָפּלערנונגען פאַר אַלע צייטן, סיי פאַרן כלל און סיי פאַרן פרט. אַזוי אויך דאָס וואָס האָט פּאַסירט מיט דעם בית המקדש "בימים ההם בזמן הזה", האָט אַ שייכות מיט דעם "בית-המקדש" וואָס איז אין יעדע אידישע הויז, ווי עס איז באַקאַנט פון דעם דיוק אין די ג-טלעכע ווערטער: ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם - "זאָלן זיי פאַר מיר מאַכן אַ מקדש, וועל איך רוען צווישן זיי (בתוכם)". דער אויבערשטער וויל האָבן אַ היים אין יעדע אידישע הויז.

דערמאָנט אונז חנוכה, אַז יעדע אידישע הויז דאַרף זיין געהייליגט און צוגעפּאַסט פאַר דער ג-טלעכער שכינה. עס טאָר ניט פאַראומרייניגט ווערן דורך פרעמדע השפעות וועלכע זיינען אומווירדיג און אין ווידערשפּרוך צום אידישן גייסט פון ריינקייט און קדושה. און עס איז אַ צייטיגע און שאַרפע דערמאָנונג, וואָרום מ'לעבט דאָך אין אַ סביבה וואו די דערמאָנטע הייליגע אידעאַלן זיינען ליידער ניט אַלעמאָל הויך געשעצט, ספּעציעל אין אייניגע קרייזן פון דער וואַקסנדער יוגנד.

עס איז ניטאָ קיין בעסערער, אָדער אַנדערער, שוץ-מיטל קעגן די שעדלעכע השפעות, וועלכע האָבן שוין אַזויפיל קרבנות ר"ל געפאָדערט צווישן דער אידישער יוגנד, ווי תורה-חינוך על טהרת הקודש אין דער פולסטער מאָס, אַ חינוך וואָס גיט אונזערע קינדער אַ פעסטן אינערלעכן אָנהאַלט אין זייער גייסטיגע ירושה. דעריבער פאַרדינט דער מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש די פולסטע שטיצע פון יעדן איינעם און איינע וועלכע זיינען באַזאָרגט וועגן דער צוקונפט פון אידישע קינדער און וואַקסנדער יוגנד, די צוקונפט פון אידישן פאָלק.

דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז צו דער געלעגנהייט פון דעם יערלעכן דינער זאָל יעדער איינער און איינע פון די אָנטיילנעמער און פריינד פון די ליובאַוויטשער ישיבות באַנייען און פאַרשטאַרקן די שטיצע צו העלפן זיי אָנגיין מיט זייער הייליגער אַרבעט און אין אַ שטייגענדער מאָס, כדי צו דערפילן זייערע לעבנס-וויכטיגע פאַרפליכטונגען וואָס זייערע גרינדער רבותינו נשיאינו האָבן אויף זיי אַרויפגעלייגט און ערוואַרטן פון זיי. בזכות זה וועט השם יתברך זיכער פאַרגרעסערן זיינע ברכות צו יעדן איינעם און איינע בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה מרובה ולבשורות טובות בכהנ"ל,

מנחם שניאורסאהן

מנחם שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 28
Id
rh-zg3z1bhc

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit10620