Igros Kodesh (the Rebbe)
Letter 10591
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור
עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען אייער בריוו פון ח"י חשון, און איך דאַנק אייך פאַר די גוטע גריסן בכלל און פון אייער באַזוך אין כפר חב"ד בפרט.
א ספּעציעלן דאַנק פאַר דעם נחת-רוח וואָס אייער שרייבן האָט מיר געבראַכט וועגן אייערע און אייער פרוי'ז תחי' טעטיקייטן לטובת עניני חב"ד.
דער אויבערשטער זאָל אייך מצליח זיין ממשיך זיין אין דער גוטער אַרבעט אין אַ גוטער שטימונג און מיט שמחה, און איר זאָלט תמיד קענען אָנזאָגן גוטע בשורות,
בפרט אַז מיר דערנעענטערן זיך צום ליכטיקן חודש כסלו און צום יום הגאולה פון אַלטן רבי'ן, מייסד תורת החב"ד, י"ט כסלו, וואָס הייאָר ווערט אין דעם טאָג 200 יאָר פון דער הסתלקות-הילולא פון הרב המגיד פון מיעזריטש, דער רבי פון אַלטן רבי'ן וועלכער איז געווען זיין ממלא מקום.
בייליגענד איז די קבלה פאַר אייער צדקה, און דער זכות פון דער צדקה זאָל אייך און אַלע אייערע שיחיו ביישטיין למילוי משאלות לבבו לטובה.
בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 28
- Id
- rh-v1g897z0
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit