Likkutei Sichos
Addenda - sichos 7
224משיחת ש"פ שמיני, מבה"ח אייר ה'תשמ"ב
א. דער שבת איז דאָך שבת מברכים החודש אייר (ווי גערעדט פריער בארוכה). וכמדובר כמ"פ אַז שבת מברכים החודש בענטשט יעדן טאָג פון דעם חודש בפרט, בנדו"ד — יעדן טאָג פון חודש אייר. ועאכו"כ דער יום מיוחד פון ב' אייר, דער יום ההולדת פון כ"ק אדמו"ר מהר"ש בתפארת שבתפארת, וואָס דעמולט איז „מזלו גובר"א,
וואָס דאָס דערמאָנט מען אויך בקשר דערמיט וואָס ס'איז אָנגעקומען די הודעה אַז דעם ב' אייר, תפארת שבתפארת, אַזוי ווי מ'טוט עס בכל השנים, וועט זיין אַ כינוסב וואו מ'וועט אָננעמען החלטות טובות אין ענינים פאַרבונדן מיט לימוד התורה און קיום המצוות און הפצת התורה והמצוות והיהדות בכלל און הפצת המעינות במיוחד,
זאָל דאָס זיין בהצלחה רבה, און טאַקע אָננעמען החלטות טובות צו טאָן נאָכמערער אין אַלע ענינים פון תורה ומצוות והפצתםג,
און ניט אין אַן אופן אַז מ'חזר'ט נאָר איבער די החלטות טובות וואָס מ'האָט אָנגענומען פאַר־א־יאָרן און פאַר צוויי יאָרן וכו' באַ די כינוסים, און זאָגן כן יקום,
נאָר — טאַקע רעדן וועגן יענע החלטותד אָבער דער עיקר אָננעמען נייע החלטות טובות, ואדרבה — אין אַן אופן פון „מעלין בקודש"ה און „לאפשה בה"ו וויבאַלד אַז דאָס איז אַ נייער יאָר.
און דער עיקר — זיי דערנאָך אַראָפּברענגען בפועל ממש.
וכאמור, החלטות טובות בכללות אין אַלע ענינים פון לימוד התורה וקיום המצוות והפצתם. ובמיוחד — אין די מבצעים הידועים, אָנהויבנדיק פון דעם מבצע צו פאַרשרייבן יעדן אידן אין אַ ספר תורה כללית, און אין די אַנדערע מבצעים: אהבת ישראל, חינוך, תורה, תפילין, מזוזה, צדקה, בית מלא ספרים — יבנה וחכמי', נרות שבת קודש, כשרות האכו"ש און טהרת המשפחה.
און אַז מ'זאָל און מ'וועט טאָן אין די אַלע ענינים אין אַן אופן פון „הרחב פיך"ז,
וכ"ז — אין אַן אופן פון מלכתחילה אַריבער, בהתאם צו ענינו פון דעם רבי'ן מהר"ש, וואָס דער כינוס קומט פאַר ביום הולדתו, ב' אייר, וואָס ער האָט געזאָגטח, אַז די וועלט זאָגט אַז מ'קען ניט אַרונטער דאַרף מען אַריבער, און איך זאָג אַז מ'דאַרף מלכתחילה אַריבער!
225אָנהויבנדיק פון „הרחב פיך" בדברי תורהט און דערנאָך „הרחב פיך" אין אַלע ענינים טובים פאַרבונדן מיט תורה ומצוותי' והפצת היהדות און הפצת המעינות — וואָס דעמולט וועט זיין „ואמלאהו"ז דורך דעם אויבערשטן, תכלית השלימות.
ב. ונוסף לזה — אויך אָננעמען החלטות און טאָן בנוגע צו דעם וואָס מ'האָט גערעדט (באור לי"ג ניסן), אַז די אַלע וואָס האָבן געטאָן אין ענינים בקשר לי"א ניסן, אפילו די שעשו אין ענינים וואָס זיינען ניט געווען פנימיות שבפנימיות — זאָלן זיי טאָן איצט אין אַן ענין פון פנימיות ביז אין פנימיות שבפנימיות: מוסיף זיין אין לימוד התורה בכלל, און במיוחד — מאַכן כינוסי תורה און אַרויסגעבן קובצי תורה פון די חידושי תורה וואָס מען וועט מחדש זיין.
און מ'זאָל אין דעם אַריינציען אידן פון אַלע חוגים, אַז זיי זאָלן זיך אַלע אין דעם משתתף זיין, כאו"א לפי ענינו,
וואָרום איצט, דאָ, איז נוגע אַז ס'זאָל זיין דער ענין פון אהבת ישראל, און צוזאַמען דערמיט איז דאָס אויך פאַרבונדן מיט מבצע חינוך און מבצע תורה,
און אויך משפיע זיין אויף אַלע אידן בנוגע צו די אַלע מבצעים (המנויים לעיל).
ובפרט אַז מ'געפינט זיך דאָך אין דעם זמן מידי פאַר ביאת משיח, וואָס דעמולט איז נוגע במיוחד אַז מ'זאָל טאָן אין דעם ענין פון אהבת ישראל. ונוסף לזה וג"ז עיקר — דעמולט איז נוגע אַז מ'זאָל צוגרייטן אַלע אידן, פון אַלע חוגים, צו ביאת משיח צדקנו.
וואָס דערפאַר זאָל מען אַריינציען אידן מכל החוגים צו זיך משתתף זיין אין דער הוספה אין לימוד התורה, אין מאַכן כינוסי תורה, אין מחדש זיין אין תורה וכו',
און בכדי אַז ס'זאָל דערנאָך זיין אַ תועלת פאַר נאָך אידן — זאָל מען אַרויסגעבן די חידושי תורה אין קובצי תורה (אויף אַ „סטענסיל" און נאָך בעסער — בדפוס),
און דערנאָך זאָל מען אויסקלייבן דעם מובחר שבמובחר, תפארת שבתפארת, פון די חידושי תורה, און דאָס אַפּדרוקן אין אַ ספּעציעלן קובץ.
ג. בכדי אַז מ'זאָל אָננעמען החלטות טובות אין דעם כינוס וואָס וועט זיין ב' אייר, ווי צו דורכפירן כל הנ"ל בפועל און אויף דעם בעסטן אופן — האָט מען איצטער אַ גאַנצע וואָך (ביז דעם כינוס בב' אייר) אויף מאַכן די אַלע הכנות מתאימות אַז דער כינוס זאָל זיין כדבעייא
אין אַן אופן אַז די אַלע החלטות בענינים הנ"ל זאָלן זיין באופן הכי טוב און דערנאָך דורכגעפירט ווערן בפועל.226וואָס דערפאַר זאָל מען איצטער (אין והשלימה ע"י משיח צדקנו, און גאָר דער התוועדות בשבת מברכים החודש שנעל, וואָרום דאָס איז אין אַן אופן פון אייר) מכריז (ומעורר) זיין וועגן דעם „וארו עם ענני שמיא"12), „כעב תעופינה
וכיונים אל ארובותיהם"13), במהרה
און בכדיצו צוגעבן אין די אַלע ענינים בימינו ממש ובשמחה ובטוב לבב.
התוועדות — פאַרן כינוס, בכדי אַז דערר. שיחי' בקבוק יי"ש עבור הכינוס. וצוה כינוס זאָל זיין (אויך) אַ המשך פון דערלהכריז אודות הכינוס.
און דערנאָך וועט זיין דער כינוס לנגן ניגון הקפות דאביו רלוי"צ ז"ל. בפועל, ובהצלחה רבה, און אָננעמען דיניגון „ווי וואַנט משיח נאַו"].
און ס'זאָל זיין אין אַן אופן פון מוסיף
המדוברים לעיל, און אין אַלע ענינים
פון תורה ומצוותי' און הפצת היהדות
12) דניאל ז, יג. סנהדרין צח, א.
13) בנוגע לכאו"א מבנ"י — ראה ישעי' ס, ח. נאָכמער מקרב זיין די גאולה האמיתית ב"ב עה, ב. שמו"ר ספנ"א. ועוד.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ב
- Id
- rh-qwm6n06h