Likkutei Sichos
Addenda - sichos 5
212שיחת יום ד' דחוהמ"פ, ערב ימ
א. אַזוי ווי ערב די ימים האחרונים דפסח קומט בהמשך צו דעם ערב פון די ימים הראשונים דפסחא —
דעריבער איז איצטער דער זמן המתאים צו מעורר זיין נאָכאַמאָל און מחזק זיין די ענינים וואָס מען האָט מעורר געוועןב בערב ימים הראשונים דפסח,
וואָס די נקודה הכללית דערפון איז — אַז עס זאָל זיין אַ כשר'ער און פריילעכער פסחג, און מען זאָל דאָס ממשיך זיין (לויט ווי געבראַכט פון כתבי האריז"לד) אויפן גאַנצן יאָר, אַז דער גאַנצער יאָר זאָל זיין אַ כשר'ער און אַ פריילעכער.
ב. ובפרט לפי הידועה אַז חג הפסח ווערט נמשך שטענדיק (על כל השנה כולה), ביז אַז בכל יום ויום — סיי ביום סיי בלילה — דערמאָנט מען יציאת מצריםו — וואָס דאָס איז מדגיש נאָך מער, אַז בכדי אַלע ענינים במשך כל השנהז זאָלן זיין בהצלחה, בתכלית הכשרות ובתכלית השמחה, דאַרף מען מיטנעמען דערויף דעם כח ועידוד וחיזוק פון ימי הפסח. מים האחרונים דחגה"פ ה'תש"מ
און וויבאַלד אַז „הכל הולך אחר החיתום"ח — וואָס דעריבער איז נוגע נאָך מערער די כשרות און שמחה פון די ימים האחרונים דפסח — זאָל מען מוסיף זיין אין די אַלע פעולות (וואָס מען האָט גערעדט בערב ימים הראשונים דפסח) ביתר שאת וביתר עוז, אַז די ימים האחרונים דפסח זאָלן זיין כשר'ע און פריילעכע בתכלית השלימות.
און דורך דעם וועט נמשך ווערן (אויך) על כל השנה כולה, אַז דער גאַנצער יאָר וועט זיין אַ כשר'ער יאָר און אַ פריילעכער יאָר בתכלית השלימותט.
וואָס דאָס איז תלוי אין דער זהירות בימי הפסח [כל ימי הפסח, ובפרט אין די ימים האחרונים דפסח]. אין אַנדערע ווערטער — במעשינו ועבודתינו,
וואָס אין דערויף (מעשינו ועבודתינו) זיינען תלוי אויך די אַלע ענינים וואָס וועלן זיין בגאולה העתידהי.
ג. ענין הנ"ל, אַז די גאולה העתידה איז תלוי במעשינו ועבודתינו — איז עס נאָכמער אין מעשינו ועבודתינו דחג הפסח, זמן (חרותנו) הגאולה. און אין דעם גופא איז דאָס נאָכמער — מעשינו ועבודתינו בימים האחרונים דפסח.
וכידועיא, אַז בימים הראשונים דפסח איז די הדגשה אויף גאולת מצרים בפעם213הראשונה — „אנכי אעלך"יב, און בימים האחרונים דפסח איז די הדגשה אויף דער גאולה העתידה לבוא ע"י משיח צדקנו במהרה בימינו ממש — „גם עלה"יב.
ווי ס'איז אויך פאַרשטאַנדיק פון די הפטרות דימים האחרונים, און אויך פון דער קריאה בתורה, וואָס די קריאה בתורה דשביעי של פסח ווערט אָנגערופן על שם השירהיג, וואָס סיי בהתחלתה, סיי בסיומה וחותמה, איז מודגש די גאולה העתידהיד:
די התחלת השירה איז „אז ישיר"טו לשון עתיד, וואָס דאָס גייט אויפן זמן פון תחה"מטז וואָס וועט זיין בקרוב ממשיז לאחרי הגאולה האמיתית והשלימה, „והקיצו ורננו שוכני עפר"יח ומשה ואהרן עמהםיט — וואָס דעמולט וועט זיין „ישיר משה ובני ישראל גו'".
און דער סיום וחותם השירה איז „מקדש אד' כוננו ידיך"כ, וואָס דאָס גייט (בעיקר) אויף דעם ביהמ"ק השלישיכא, וואָס ער וועט געבויט ווערן דורך דעם אויבערשטן, כמבואר ברש"י ובזהר ובכ"מכב,
און (דערנאָך איז ער ממשיך) „ה' ימלוך לעולם ועד"כג, אַז די מלוכה פון דעם אויבערשטן וועט זיין אין אַן אופן נצחי, „לעולם ועד" — גאולה שאין אחרי' גלות.
ד. בינתיים (צווישן די גאולה הראשונה פון „אנכי אעלך", און די גאולה העתידה פון „גם עלה") איז דורכגעגאַנגען אַ זמן ארוך ביותר, בכדי אַז דער „גם עלה" זאָל זיין בתכלית השלימותכד, דורך דערויף וואָס אידן נוצן אויס די צייט שבינתיים (צווישן די ביידע גאולות) אויף „זכרו תורת משה עבדי"כה, זכרון המביא לידי מעשה.
וואָס כשם ווי גאולת מצרים איז געקומען בזכות „תעבדון את האלקים על ההר הזה"כו, אַזוי אויך די גאולה העתידה וועט קומען בזכות פון „זכרו תורת משה עבדי"כז
[וואָרום די גאולה העתידה איז דאָך גלייך (בכו"כ ענינים) צו גאולת מצרים, כמ"שכח „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות", און אויך זי (די גאולה העתידה) וועט זיין דורך משה'ן, וואָס הוא גואל ראשון הוא גואל אחרוןכט],
אַז דורך לימוד התורה, און לימוד המביא לידי מעשהל, קיום המצוות, וועט214זיין דער „אראנו נפלאות", בשעת משיח צדקנו וועט אונז אַרויסנעמען פון גלות זה האחרון, אין דער גאולה האמיתית והשלימה.
ה. וואָס דאָס איז מזרז און מעודד נאָך מערער אויף מוסיף זיין אין די אַלע פעולות אין די ימים האחרונים דפסח,
אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס אויך בערב ימים הראשונים דפסח האָט מען אָנגעהויבן טאָן די פעולות בתוקף, און דערנאָך (במשך ימי חגה"פ) האָט מען מוסיף געווען אין דעם, כהציווילא „מעלין בקודש" — זאָל מען איצטער מוסיף זיין אין דער עלי' בקודש נאָך מערער — עלי' אחר עלי', ביז אַז דאָס וועט ברענגען צו דעם מעמד ומצב פון „יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים"לב.
ו. אַ נקודה עיקרית (פון די ענינים וואָס מען האָט גערעדט בערב ימים הראשונים דפסח) וואָס איז נוגע נאָך מערער צו די ימים האחרונים דפסח, איז — די פעולות פון אידישע קינדער:
דער „הם הכירוהו תחלה" איז דאָך געווען בשביעי של פסח, „כשנגלה הקב"ה על הים" — כדרשת רז"ללג עה"פלד „זה א־לי ואנוהו", וואָס איז מפורסם בכל העולם כולולה —
דערפאַר איז די ווענדונג צו אַלע אידישע קינדער (וואָס זיינען פאַר בר מצוה און פאַר בת מצוה), און צו יעדערן פון זיי, בכל מקום שהם,
אַז זיי זאָלן וויסן, אַז דער טאָג פון שביעי של פסח איז זייער ספּעציעלער טאָג, ווי תורה (תושב"כ ע"פ הפירוש אין תושבע"פ) האָט מגלה געווען אַז „הם הכירוהו תחלה",
און וויבאַלד אַז התורה היא נצחיתלו, און תורה איז מלשון הוראהלז — איז עס אַ הוראה נצחית, אַז אַלע אידישע קינדער, בכל מקום ובכל זמן, זיינען זיי דאָס אָט די וואָס תורת אמת און תורת חיים איז מעיד אויף זיי אַז „הם הכירוהו תחלה"לח.
און דורך דעם זיינען זיי מעודד און מחזק אויך זייערע עלטערן, עס זאָל זיין דער „והשיב לב אבות להקב"ה"לט נאָך מערער וויפל ס'איז געווען ביז איצטער.
אַז צוזאַמען מיטן מקיים זיין „כבד את אביך ואת אמך"מ, זיינען זיי מעורר זיי אויף כל עניני התורה ומצוותי', מיט דער הסברה, אַז אַזוי האָט אָנגעזאָגט דער אויבערשטער
בכבודי"מא. וואָס דעריבער איז אדרבה: אין דעם וואָס זיי זיינען מעורר און העלפן אַרויס די עלטערן אין קיום התורה ומצוותי' — אין דעם באַשטייט דער אמת'ער כיבוד אב ואםמב,
215וואָס אויף כיבוד אב ואם איז דאָ אַ ברכה מיוחדתמג פון דעם אויבערשטן — אפילו בנוגע צו די וואָס זייער הבל איז אַ הבל שיש בו כו', און עאכו"כ ווען דער כיבוד אב ואם קומט פון די וואָס זייער הבל איז אַ „הבל שאין בו חטא"מד —
כולל אויך אַז זיי זאָלן מצליח זיין אין זייער פעולה (צו פועל'ן אויף די עלטערן) — נאָך מער הצלחה פון דער הצלחה וואָס בנים גדולים האָבן אין דעם.
ועל אחת כמה וכמה אין ערב יום השירה, און אין יום השירה עצמו, ווען מען האָט געזאָגט, און מען זאָגט אויך איצט בכל שנה ושנה (ו"הימים האלה נזכרים ונעשים"מה), „זה א־לי ואנוהו — הם הכירוהו תחלה".
און דאָס („זה א־לי ואנוהו" שכולל פירושו „הם הכירוהו תחלה") ווערט אַ חלק פון דער קרה"ת דשביעי של פסח וואָס מען לייענט ברבים ובפרסום בכל תפוצות ישראל.
און דאָס ברענגט צו דעם סיום וחותם השירה „ה' ימלוך לעולם ועד", און ווי מ'איז דערנאָך מוסיף (אין נוסח התפלהמו) „והיתה לה' המלוכה" דורך „ועלו מושיעים בהר ציון", וואָס דאָס גייט אויף מלך המשיח, יבוא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו.
*
ז. ס'איז ידוע דער וואָרט פון אַלטן רבי'ןמז אַז מען דאַרף לעבן מיט דער צייט, מיט דער פרשה בתורה וואָס איז שייך צו דער וואָך — איז דער תוכן פון היינטיקער קריאה וואָס מען לייענט ביום ד' דחוהמ"פ, ערב שביעי של פסח, איז — דער ענין פון פסח שני,
אַז עס זיינען געווען אידן וואָס מצד סיבות שונות האָבן זיי ניט געקענט מקריב זיין דעם פסח במועדו, זיינען זיי געקומען מיט אַ תביעה צום אויבערשטן (דורך „ויקרבו לפני משה גו'"מח) און גע'טענה'טמט „למה נגרע לבלתי הקריב את קרבן ה' גו'",
און די תביעה האָט אַרויסגערופן דעם ציווי (און נתינת כח) פון אויבערשטן, אַז בשעת אַ איד האָט ניט געקענט מקריב זיין דעם פסח במועדו (מצד דערויף וואָס ער איז געווען „טמא לנפש" אָדער ער איז געווען „בדרך רחוקה"), איז „ועשה פסח לה'"נ — מען קען מאַכן אַ פסח שני.
און אע"פ אַז התחלת הענין הויבט זיך אָן פון אתעדל"ע און נתינת כח מלמעלה, וואָס דערפאַר איז אויך דער ענין וקרה"ת פון פסח שני הויבט זיך אָן מיט „וידבר גו' ויעשו בני ישראל את הפסח במועדו"נא —
איז אָבער די אתעדל"ע ווי זי איז געווען מצד עצמה (אויך בשנה השנית) געווען (נאָר) אויף עשיית הפסח במועדו (בי"ד בניסן); און דורך דער אתעדל"ת, וואָס אידן האָבן גע'טענה'ט „למה נגרע", האָבן זיי אויפגעטאָן
[און גלייך אין זעלבן טאָגנב. כידוענג אַז216משה רבינו איז געווען אַ זריז אין אַלע ענינים פון עבודת ה'. ומובן דעאכו"כ בשעת ער האָט געזען ווי די טענה „למה נגרע" רירט זיי אָן בפנימיות, האָט ער זיכער געטאָן בזריזות את כל התלוי בו עס זאָל זיין גלייך „אשמעה מה יצוה ה'"נד]
אַ נייעם ענין — פסח שני.
און נאָך מער: דורך זייער טענה און תביעה „למה נגרע", האָבן זיי אויפגעטאָן ניט נאָר אַז עס זאָל ניט זיין „נגרע", נאָר אַ ענין וואָס איז נאָך העכער פון פסח ראשון. כמבואר בחסידותנה דער טעם אויף דעם וואָס בפסח שני איז „חמץ ומצה עמו בבית"נו, וויילע בפסח שני (משא"כ בפסח ראשון) קען מען מעלה זיין אויך דעם חמץ אין קדושה.
ח. די הוראה דערפון איז: אויך בזמן הגלות, ווען אידן געפינען זיך „בדרך רחוקה", און מען איז „טמא לנפש", מצד דערויף וואָס ס'איז ניטאָ איצטער דער אפר הפרה
[כולל אויך היפך הטהרה ברוחניות (וואָרום דאָס וואָס ס'איז ניטאָ איצטער דער אפר הפרה בגשמיות, ווערט עס נשתלשל פון דעם וואָס ס'איז ניטאָ איצטער דער אפר הפרה ברוחניות). אָבער וואָס איז נוגע בעיקר איז — דער היפך הטהרה, און ביטול פרה אדומה, בגשמיות (ע"ד הידוענז די מעלה פון קרבנות בגשמיות לגבי תפלות וואָס זיינען נאָר במקום קרבנותנח)],
איז בשעת אידן מאָנען און טענה'ן צום אויבערשטן „למה נגרע", איז די טענה רופט אַרויס גלייך — דעם ענטפער און נתינת כח מלמעלה „ועשה פסח לה'",
אַז דער אויבערשטער איז מבטיח („ועשה" איז ניט נאָר לשון ציווי נאָר אויך לשון הבטחה), אַז ע"י מעשינו ועבודתינו בזמן הגלות וועט מען אויפטאָן אַלע ענינים וואָס האָבן זיך אויפגעטאָן דורך עשיית הפסח בזמן הבית,
און נאָך מער: אַז אויך דעם „חמץ" — די ענינים פון גלות וואָס געפינען זיך למטה מטה, נידעריקער פון קדושה, ביז צום תחתון שאין תחתון למטה ממנו, איז מען מעלה אין קדושה, און אין קדושה גופא — אין אַ דרגא נעלית ביותר,
אַזוי ווי די מעלה פון אַ בעל תשובה, אַז אויך די זדונות ווערן כזכיותנט (בכ"ף הדמיון), ביז זיי ווערן נהפך צו זכיות ממש, און „זכיות" פון אַ בעל תשובהס.
ט. און דאָס איז אויך דער קשר פון פסח שני מיט (ערב) שביעי של פסח [וואָס בערב שביעי של פסח לייענט מען די פרשה פון פסח שני]:
דורך דעם וואָס אידן מאָנען „למה נגרע", באַקומען זיי דעם נתינת כח און הבטחה מלמעלה, צו מעלה זיין דעם תחתון תחתון ביותר (חמץ) אין דעם עליון עליון ביותר, ביז צו דעם אויבערשטן אַליין, כביכול — עצמות ומהות,
ביז צו אַן אופן ווי ס'איז געווען בקריעת ים סוף, אַז אידן האָבן געזען דעם אויבערשטן אַליין, כביכול — עצמות ומהות, און אין אַזאַ אופן וואָס מען האָט געקענט אָנווייזן מיטן פינגער און זאָגן „זה א־לי ואנוהו
217י. און וויבאַלד אַז די הכרה אין דעם אויבערשטן, און דער זאָגן „זה א־י ואנוהו", האָבן זיך אָנגעהויבן דורך אידישע קינדער — „הם הכירוהו תחלה",
איז דאָס מעורר נאָך מערער צו ממשיך זיין אין די פעולות פון אידישע קינדער, נאָך ביתר שאת און ביתר עוז, און — אַז דורך זיי וועט זיין אויך דער „והשיב לב אבות",
אַז אַלע אידן (די „בנים", און די „אבות") וועלן שרייען און מאָנען פון אויבערשטן „למה נגרע לבלתי הקריב את קרבן ה'" — מען וויל שוין האָבן דעם ביהמ"ק השלישי און מקריב זיין דאָרט „קרבן ה'",
און דער געשריי וועט פועל'ן אַז בקרוב ממש וועט זיין „שמחים בבנין עירך וששים בעבודתך ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים"סא.
יא. אַן ענין מיוחד וואָס מען דאַרף טאָן אין דעם טאָג פון שביעי של פסח [און בכדי אַז בשביעי של פסח זאָל עס זיין בהצלחה — דאַרף מען מאַכן אַלע הכנות וואָס נויטיקן זיך צו דעם — בערב שביעי של פסח]:
בכל מקום ומקום זאָל מען מאַכן בשביעי של פסח אַ כינוס מיוחד פאַר אידישע קינדער וואָס זיינען פאַר בר מצוה און פאַר בת מצוה
[זעלבסטפאַרשטענדליך, פאַר אינגעלאַך באַזונדער, און פאַר מיידעלאַך באַזונדער].
און דערציילן זיי דעם סיפור פון יציאת מצרים בכלל און פון קריעת ים סוף און אמירת השירה בפרט, און ווי זיי (די אידישע קינדער) זיינען די וואָס „הכירוהו תחלה".
און מסביר זיין זיי, אַז ס'איז ניט קיין מאורע וואָס האָט פּאַסירט נאָר אַמאָל — „למפרע"סב, נאָר דאָס איז אַ הוראה נצחית פון תורה נצחית על כל הזמנים, אַז אידישע קינדער, בכל זמן ובכל מקום, האָבן בכח צו זיין „הכירוהו תחלה".
יב. און דערביי אויך מסביר זיין זיי, אַז די זאַך וואָס האָט געבראַכט צו קריעת ים סוף, איז — וואָס די אידן [אָנהויבנדיק פון נחשון'ען] האָבן זיך ניט גערעכנט מיט קיינע שוועריקייטן וואָס שטערן צו גיין צו קבלת התורה, און דאָס האָט גע'פועל'ט אַז דער ים האָט זיך געשפּאָלטן פאַר זייסג, און זיי זיינען געגאַנגען „בתוך הים ביבשה"סד, און ביז צו הר סיני, מקבל זיין די תורה.
וואָס דאָס איז אויך אַן אָפּלערנונג אויף אַלע דורות, פאַר אידן בכלל און פאַר אידישע קינדער במיוחד (וויבאַלד אַז „הם הכירוהו תחלה"), אַז זיי האָבן ניט וואָס צו שרעקן זיך פאַר דער גאַנצער וועלט וואָס אַרום זיי, און דאַרפן „אַריינשפּרינגען" אין אידישקייט — ווי דער ציוויסה „ויסעו", צו ווערן וואָס מער נאָענט און וואָס מער פאַרקאָכט אין תורה ומצוותי'.
און „והשיב לב אבות על בנים — ע"י בנים"לט, אַז די הנהגה פון די קינדער וועט פועל'ן אויך אויף זייערע עלטערן און אור־עלטערן, אַז אויך זיי וועלן אַריינשפּרינגען אין אידישקייט מיט אַ מס"נ,218און ווי גערעדט כמה פעמים, אַז דער אויבערשטער האָט אונז מזכה געווען און אַריינגעשטעלט אין אַזאַ מעמד ומצב אַז מען דאַרף גאָר ניט אָנקומען צו מס"נ בפועל, עס פאָדערט זיך נאָר מסירת הרצוןסו.
יג. אַן ענין נוסף אין די מסיבות (כינוסים) הנ"ל:
אַזוי ווי באה"ק איז אין דעם טאָג פון שביעי של פסח פאַראַן אויך דער ענין פון אחרון של פסח, וואָס איז פאַרבונדן מיט מלכא משיחא און מיט סעודת משיחסז — איז כדאי ונכון צו פאַרבינדן די מסיבות הנ"ל (וואָס מען וועט מאַכן בשביעי של פסח) מיט סעודת משיח.
און אויך אין חו"ל וואָס שביעי של פסח און אחרון של פסח זיינען אין צוויי באַזונדערע טעג — וויבאַלד אָבער אַז שביעי של פסח איז דער ערב פון אחרון של פסח, זאָל מען אין די מסיבות וואָס מען וועט מאַכן פאַר די קינדער בשביעי של פסח, מעורר זיין זיי צו משתתף זיין זיך אין סעודת משיח באחרון של פסח.
יד. מובן, אַז די מסיבות דאַרפן אָנגעפירט ווערן דורך גדולים, דורך זקני ישראל (ובפרט דורך די וואָס האָבן אַ ידיעה בעניני חינוך). אָבער די כוונה דערביי זיינען — די אידישע קינדער. ואדרבה, אין דעם באַשטייט דער כבוד פון זקני ישראל — אַז זיי פירן אָן מיט אַזוינע מסיבות.
און אַזוי ווי „העולם מתקיים . . בשביל
הבל תינוקות של בית רבן", מצד דערויף
וואָס ס'איז אַ „הבל שאין בו חטא"מד — איז
דורך די מסיבות פאַר די קינדער בשביעי
של פסח (ובסעודת משיח), און דער המשך הפעולות אין דעם נאָך פסח — וועט זיין דער קיום העולם.
אָנהויבנדיק פון דעם עולם קטן זה האדםסח, דער קיום פון יעדער אידן, פון יעדער אידישע משפחה, און פון אַלע אידן.
דער קיום העולם איז תלוי אין דעם קיום פון אידן [וואָרום די גאַנצע בריאה איז באַשאַפן געוואָרן „בשביל ישראל"סט], און דער קיום פון אידן איז פאַרבונדן מיטן קיום פון אידישקייט [וואָרום „בשביל ישראל" איז פאַרבונדן מיט „בשביל התורה"סט].
און וויבאַלד אַז די פעולות מיט די קינדער פועל'ט (אויך) דעם „והשיב לב אבות", אַז אידן וועלן אויפהערן „שאָקלען זיך" אין עניני יהדות, וואָס דאָס רירט אָן אויך דעם קיום פון אידן (וואָרום דער קיום פון אידן איז תלוי, כנ"ל, אין דעם קיום פון אידישקייט),
און אויך דאָס איז נכלל אין „שאָקלען זיך". וואָרום „שאָקלען זיך" מיינט ביידע ענינים: (א) מען איז ניט בתוקף אין דעם דרך אין וועלכן מען דאַרף גיין נאָר מען שטייט אין שינויים; און (ב) היפך הקביעות והקיום רח"ל,
איז דורך דעם וואָס די פעולות מיט די קינדער וועלן פועל'ן דעם „והשיב לב אבות", אַז אידן וועלן מוסיף זיין אין דעם. קיום און דער פעסטקייט (היפך פון שאָקלען זיך) אין דעם „דרך ה' לעשות
צדקה ומשפט"ע,
219איז דורך דעםעא וועט מען במילא אָפּשטעלן אויך דעם „שאָקלען זיך" פון דער וועלט,
און ניט נאָר אַז „תפול עליהם אימתה ופחד בגדול זרועך ידמו כאבן"עב, ווי מען לייענט אין דער קריאה פון שביעי של פסח, נאָר נאָכמער: זיי וועלן דערפילן (דורך „מזלייהו חזי"עג), און דאָס וועט אַראָפּקומען אין זייער עשי' בפועל — אַז זיי דאַרפן צושטעלן אידן כל צרכיהם הגשמיים ובהרחבה,
וואָרום בכדי אַז אַ איד זאָל טאָן אין אידישקייט מתוך שמחה וטוב לבב, דאַרף ער האָבן כל ההצטרכות שלו — און אין אַן אופן כמתאיםעד פאַר „בנים אתם לה' אלקיכם"עה און „בני בכורי ישראל"עו — מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבהעז.
טז. און דאָס וועט צוהיילן דעם קיום היעוד, אַז נאָך אין די לעצטע טעג פון גלות וועט מען זען בעיני בשר ווי „לכל בני ישראל הי' אור במושבותם"עח, און גלייך נאָך דעם — קץ שם לחושךעט (אויס חושך) הגלות, „מיד הן נגאלין"פ.
וואָס דאָס אַלץ טוט זיך אויף דורך דעם וואָס מען וועט זיך ניט רעכענען מיט קיינע חשבונות און שוועריקייטן, און „אַריינשפּרינגען" מיט אַ מס"נ בהכנות ל"תעבדון את האלקים על ההר הזה" — צו מוסיף זיין אין דער פעסטקייט און אין דער שטאַרקייט צו טאָן אַלץ ווי עס שטייט אין תורת משה,
אָנהויבנדיק פון שולל זיין לגמרי יעדער פעולה וואָס קען געבן אַ מעגלעכקייט, רח"ל, צו תפתח הארץ לפניהם,
און שולל זיין לגמרי גיור שלא כהלכה רח"ל — דעם ענין פון „באו גוים בנחלתך" וואָס שטייט אין תחלת מזמור ע"ט אין תהלים.
און דורך דעם וועט זיין בקרוב ממש — ווי עס שטייט אין סיום המזמור — „ואנחנו עמך וצאן מרעיתך נודה לך לעולם לדור ודור נספר תהלתך",
אין דער גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, „בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותנו"פא, בקרוב ממש. אמן כן יהי רצון.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ב
- Id
- rh-91x5dx7m