Likkutei Sichos
Addenda - sichos 2
184שיחת ב' ניסן, אחרי תפלת ערבית (אור ליום ג'), ה'תשמ"א
— על מרפסת בנין ספרית כ"ק אדמו"ר שליט"א —
[כ"ק אדמו"ר שליט"א נכנס להספרי', והפריש חלה מהמצות (שאפו ביום זה).
השלוחים מאנגלי' (הר"ר א. י. שי' וזוג' תי'; א. צ. ג. שי'; ד. ב. פ. שי') מסרו לכ"ק אדמו"ר שליט"א מספר ספרי תניא עם תרגום אנגלי שנדפס (על ידם) מחדש ז"ע באנגלי'. לאחר שקיבל הספרים אמר: מ'וועט געבן אַ תניא פאַר די שלוחים וועלכע האָבן זיך מתעסק געווען און געבראַכט די תניא'ס — ונתן תניא לכל אחד מהו"ל.
אח"כ נתן תניא א' להר"ר מ. מ. ג. שי' (שליח כ"ק אדמו"ר שליט"א להביא המצות לאה"ק). ולהר' מ. ש. שי' (עולה חדש מרוסיא המתיישב עתה בירות"ו).
אח"כ נתן לכ"א מהנ"ל קונטרס „ברכת החמה
אח"כ אמר: מ'וויל דאָך פאַרבינדן יעדער זאַך מיט צדקה — ונתן לכ"א מהנ"ל מאנגלי' שטר של עשרים פונט אנגליים. ושטר נוסף להר' א. י., עבור אביו שי' ושטר נוסף להר' א. צ. ג., עבור הרר"נ ס. שי' ושטר נוסף למרת א. י., באמרו דאָס איז פאַר „נשי ובנות חב"ד" פון גאַנץ „יונייטעד קינגדאָם".
אח"כ נתן להר' מ. מ. ג. שי' שטרות של שקל א' (ישראליי) ואמר: איר וועט דאָס איבערגעבן דעם ועד הרוחני, און זיי וועלן דאָס פאַנאַנדערטיילן. אַראָפּנעמען איינעם פאַר זיך און פאַר דער פרוי.
אח"כ נתן שטרות של שקל א' להר' מ. ש. ואמר: זאָלסט דאָס איבערגעבן צו פרופעסער י. ב. שי', ער זאָל דאָס פאַנאַנדערטיילן צו דעם כולל „שמי"ר" און צו אַלע רוסישע אידן. אַראָפּנעמען איינעם פאַר זיך.
אח"כ אמר: מ'וועט זאָגן אַ פאַר ווערטער, אָבער פריער געבן די מצות. ונתן חבילה של מצות להר' א. י. עבור עירו (ואמר: זאָלסט איבערגעבן אַז מ'האָט שוין גענומען פון זיי חלה). כנ"ל — להר' א. צ. ג. עבור עירו. כנ"ל להר' ד. ב. פ., ואמר: איר פאָרט דאָך אַרום, וועט איר דאָס נעמען וואו איר פאָרט. אח"כ אמר להר' מ. מ. ג.: איר וועט נעמען דערנאָך די מצות פון דאַנעט. ונתן חבילה של מצות להר' מ. ש. עבור „כולל „שמי"ר" ויהודי רוסי'".
אח"כ ניגש לכניסה הראשית של הספרי', ואמר להעומדים בפנים: איר וועט אַרויסגיין אין דרויסן, וועט מען קענען רעדן צו אַלעמען צוזאַמען. ולאחר שיצאו אמר:]
185א. שוין גערעדט כמה פעמים, אַז וויבאַלד אַלע מאורעות זיינען בהשגחה פרטיתא, איז בשעת אַז כמה ענינים קומען זיך צוזאַמען — מוז מען זאָגן אַז ס'איז דאָ עפּעס אַ שייכות צווישן זיי.
ובנוגע לעניננו: וויבאַלד אַז בהשגחה פרטית זיינען צוזאַמענגעקומען איצטער דריי ענינים — דער טאָג פון ב' ניסן, יום ההילולא פון כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע; די הדפסה פון תניא איבערגעזעצט אין (איינעם פון) „שבעים לשון"; און די חלוקת המצה — איז פאַרשטאַנדיק, אַז ס'איז דאָ אין זיי אַ נקודה משותפת.
ב. דער ענין פון אַ יום ההילולא איז — וואָס אין דעם יום ההסתלקות פון אַ צדיק (בכל שנה ושנה) קלייבט זיך צוזאַמען „כל עמל האדם שעמלה נפשו בחייו וכו'"ב,
ובפרט בשנה זו, וואָס דעם יאָר איז געוואָרן מאה ועשרים שנה פון חיים חיותו בעלמא דיןג, וואָס מאה ועשרים שנה איז די שלימות פון חיי אדם על פני האדמה, ווי עס שטייטד „והיו ימיו מאה ועשרים שנה"ה.
וואָס דאָס האָט אַ שייכות מיוחדת צו אַ נשיא. ווי די גמראו זאָגט אַז „בשגם הוא בשר והיו ימיו מאה ועשרים שנה"ה איז מרמז אויף משה רבינו („בשגם בגימטריא כמו משה"ז), דער נשיא שבדורו, וואָס „הנשיא הוא הכל"ח.
ואע"פ אַז די שלימות פון מאה ועשרים שנה שטייט בנוגע צו „והיו ימיו" פון דער נשמה ווי זי איז פאַרבונדן מיטן („הוא בשר") גוף דאָ למטה — איז דאָך אָבער ידוע וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר שרייבט במכתבוט בנוגע צום בעל ההילולא (כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נע) אַז רועי ישראל „לא יפרדו מעל צאן מרעיתם", וואָס פון דעם איז מובן, אַז אויך לאחרי ההסתלקות האָט ער אַ שייכות און אַ פאַרבונד מיט צאן מרעיתו וואָס געפינען זיך (במצב פון הוא בשר) דאָ למטה.
ובפרט כידוע וואָס דער רבי נ"ע האָט געזאָגט ב' ניסן פאַר זיין הסתלקותי „איך גיי אין הימל די כתבים לאָז איך פאַר אייך", וואָס דער פירוש אין דעם איז י"ל, אַז דורך די כתבים האָט מען אים (אויך ווי ער גייט אין הימל)יא.
186און נאָכמער: וויבאַלד אַז דער רבי נשיא דורנו איז דער ממלא מקום פון אביו כ"ק אדמו"ר נ"ע — וואָס ב' ניסן איז (אויך) דער יום ההכתרה לנשיאות פון בנו יחידו ממלא מקומויב — איז דאָך די שייכות און קשר פון רבי'ן נ"ע מיט עולם הזה הגשמי (אויך לאחרי הסתלקותו) אין אַן אופן גלוי, אויך דורך בנו ממלא מקומו.
ג. פון די ענינים העיקריים פון „עמלו" פון דעם רבי'ן נ"ע איז — וואָס ער האָט מייסד געווען ישיבת „תומכי תמימים", וואָס דער תפקיד פון תלמידי התמימים איז — „נרות להאיר"יג, צו באַלייכטן די גאַנצע וועלט מיטן אור פון פנימיות התורה — „יפוצו מעינותיך חוצה", אַז אויך אין דעם „חוצה" זאָלן אָנקומען די „מעינות" (ובאופן דהפצה), ביז צו „ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים"יד, „ונגלה כבוד ה'"טו.
וי"ל אַז דאָס איז די שייכות פון חלוקת מצה און הדפסת התניא צו ב' ניסן:
„מעין" איז (אויך) דער ענין פון אמונה. און „יפוצו מעינותיך חוצה" איז — אַז די אמונה („מעינותיך") זאָל אָנקומען אויך אין „חוצה", אין דעם „חוצה" שבאדם עצמו (הבנה והשגה)טז, און אויך אין דעם „חוצה" כפשוטו, ביז — אין דעם „חוצה" הכי חיצוןיז.
און די צוויי ענינים אין „יפוצו מעינותיך חוצה" זיינען פאַרבונדן מיט מצה און הדפסת התניא:
מצה איז („מיכלא דאסוותא" און) „מיכלא דמהימנותא"יח — אַ מזון וואָס „שפּייזט" (ורעהיט) אמונה שבאדם ושבעולם. דאָס הייסט, אַז דורך אכילת מצה ווערן נתבטל ספיקות און בלבולים, און די אמונה ווערט נרגש אין אַ פנימיות — הפצת המעינות אין דעם חוצה שבאדם עצמו;
און דורכן איבערזעצן דעם תניא (תושב"כ פון חסידותכ) אין שבעים לשון — ווערט דער „יפוצו מעינותיך חוצה" כפשוטו, אַז די מעינות פון חסידות קומען אָן אויך צו די וואָס זיינען נאָך ניט שייך צו לימוד התניא בלשון הקודש.
ד. ואשרי חלקם פון די אַלע וואָס גייען באורחותיו פון דעם בעל ההילולאכא, ובפרט פון די וואָס זיינען זיך עוסק אין הפצת המעינות חוצה, און פון די וואָס זיינען זיך משתדל צו איבערזעצן ענינים פון חסידות — ובמיוחד דעם תניא, תושב"כ פון חסידות — אין אַנדערע לשונות.
וואָס די אַלע פעולות אין „יפוצו מעינותיך חוצה" זיינען מקרב און ממהר דעם „קא אתי מר" — די גאולה שלימה דורך משיח צדקנוכב.
187ובפרט נאָך אַז מען האָט דאָס פאַרבונדן אויך מיט אַן ענין של צדקה — וואָס „גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה"כג. ועאכו"כ ווען די צדקה איז צוזאַמען מיט תורה (הדפסת התניא), וואָס דעמולט איז דאָ דער „ציוןכד במשפטכה תפדה" צוזאַמען מיט „ושבי'כד בצדקה".
און בשעת מ'וועט גיין בקרוב ממש מקבל זיין פני משיח צדקנו — איז די אַלע וואָס האָבן זיך משתדל געווען אין דעם (תרגום התניא אין „שבעים לשון" ובהפצת המעינות בכלל), זיך משתתף געווען בגופם בממונם ובנשמתם — וואָס זיכער וועלן זיי טאָן אַזוי אויך מכאן ולהבא — וועלן זיי גיין בראש.
ה. אַ הדגשה מיוחדת בכל הנ"ל קומט צו בשנה זו:
וויבאַלד היינטיקער יאָר איז אַ שנת הקהל, „הקהל את העם האנשים והנשים והטף"כו
— וואָס דער ענין פון „הקהל" (אַז אַלע אידן ווערן איין קהלכז, איין מציאות) איז פאַרבונדן מיט אהבת ישראל. וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם וואָס „אב אחד לכולנה"כח,
ביז אַז „ואהבת לרעך כמוך"כט איז איין זאַך מיט „ואהבת את ה' אלקיך"ל (כידוע די תורה פון דעם אַלטן רבי'ןלא), וואָס אהבת ה' איז דער שרש פון אַלע רמ"ח מצוות עשהלב, כולל אויך די מצוה פון יראת ה' וואָס זי איז דער שרש פון אַלע שס"ה מצוות ל"תלב —
איז דער יאָר (זכאי) מדגיש, אַז די השתדלות בנוגע צו לימוד התניא בפרט און לימוד פנימיות התורה בכלל, און די השתדלות אין דעם ענין ה(ורעה) אמונה במיוחד — דאַרף מען אָנהויבן גאָר פון אָנהייבס, (אויך) מיט „טף".
ו. נאָך אַן ענין מיוחד בשנה זו, וואָס היינטיקן יאָר איז „חמה בתקופתה" און מען דאַרף מאַכן „ברכת החמה".
וואָס אויך דאָס (ברכת החמה) דאַרף זיין (כמנהג ישראל) בהשתתפות פון „האנשים והנשים והטף", און אין אַן אופן פון „הקהל".
און כאָטש אַז בנוגע למקום גשמי דאַרפן אנשים זיין באַזונדער און נשים באַזונדער, כפשוטלג — איז אָבער תורה וברכה זיי מאחד אַלעמען צוזאַמען, און בפרט תורת החסידות וואָס איז היפך פון פירודלד און פאַרבונדן מיט אהבת ישראל, און אין אַן אופן אַז אַלע אידן זיינען „כאיש אחד"לה.
און דאָס איז פאַרבונדן מיט „חמה בתקופתה" (המאור הגדול — מקור (ותוקף)לו האור), אַז די אחדות פון אידן (ביז אין אַן אופן פון „הקהל", אַז אַלע ווערן איין מציאות) ברענגט עס זאָל זיין „ולכל בני ישראל הי' אור במוש־188בותם"לז, אַז נאָך זייענדיק אין גלות שטייט מען אין אַ מעמד ומצב פון אור,
ופועל אַז אויך דער שמש שלמעלה, דער „שמש הוי'", איז אין אַן אופן פון „חמה בתקופתה"לח (מלשון תוקף), „כצאת השמש בגבורתו"לט — אַז ס'איז ניטאָ אויף אים קיין דבר המעלים, „ולא יכנף עוד מוריך"מ און „ונגלה כבוד ה'", ביז צום גילוי פון „כשם שאני נכתב כך אני נקרא"מא (וואָס „נכתב" און „נקרא" איז אויך בדוגמת תושב"כ און תושבע"פמב).
ז. און דאָס (אור במושבותם) וועט מוסיף זיין נאָכמער אין ברכת ה' אין בני חיי ומזוני רויחי —
און אין אַן אופן פון שלימות — לכל אחד ואחת מישראל בכל מקום שהם,
און על אחת כמה וכמה צו די אידן וואָס האָבן זוכה געווען און געפינען זיך אין „ארץ אשר גו' תמיד עיני הוי' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"*42, און צו די אידן וואָס האַלטן זיך אין „שלימות התורה", צו אָפּהיטן אַלעמג הוראות פון תורה — כולל אויך צו אָפּהיטן „שלימות הארץ" און „שלימות העם".
וואָס דאָס איז דער „חוט המשולש": „שלימות התורה", „שלימות הארץ", און „שלימות העם".
און דער „חוט המשולש" איז פאַרבונדן מיטן „חוט המשולש" פון תורה עבודה און גמ"חמד.
איז אַזוי ווי מ'האָט איצטער געטאָן די אַלע דריי ענינים:
געדאַוונט — תפלת ערבית — עבודה; איבערגעזאָגט ענינים פון תורה,
און אויך פאַרבונדן עס מיט דער הדפסה פון תניא, וואָס ער איז תורה — (חסידותמה, און אין אים זיינען מבואר ענינים פון נגלה דתורה (און גלייך בתחלתו, און אויך אין דער הקדמה)) — און ער איז מבאר אויך דעם ענין העבודה, ווי עס שטייט בהקדמתו און גלייך אויפן שערבלאַט פון תניא,
און מען האָט עס פאַרבונדן אויך מיט צדקה — גמילות חסדים,
איז יהי רצון אַז דער „חוט המשולש" פון מעשינו ועבודתינו זאָל ממשיך זיין דעם „חוט המשולש" מלמעלה, לערנען תורתו של משיח, עבודה כמצות רצונך (בביהמ"ק) וגמ"ח דשמש הוי' (ודשמש צדקהמו) בגבורתה47),
אַז דער אויבערשטער וועט געבן די צדקה הכי גדולה, תמורת די צדקה וואָס „צדקה עשה הקב"ה בישראל שפיזרן לבין האומות"מח — וועט זיין די צדקה בגילוי, בטוב לנו — הנראה והנגלה, אַז עס וועט זיין „ואתם תלוקטו לאחד אחד"מט,
189און נאָך פאַרדעם — ווען אידן זיינען נאָך אין אַ מצב פון „מפוזר ומפורד"נ — וועט מען געפינען אין יעדערן פון זיי דעם „אחד" וואָס איז אין אים, און דורך דעם איז „ואתם תלוקטו", אַז אַלע וועלן זיך צוזאַמענקלייבן צוזאַמען און ווערן אַן „עם אחד"נ,
און בשעת אידן זיינען צוזאַמען — איז „נפל פחד היהודים עליהם"*50 אויף אַלע פעלקער אַרום זיי, און אידן שטייען „ביד רמה"נא (און אין אַ מעמד ומצב פון אור) נאָך זייענדיק אין גלות.
און ביי די וואָס טראַכטן עפּעס טאָן אַ זאַך וואָס איז ניט מתאים פאַר אידן, ניט מתאים מיט אידישקייט, וועט זיין „תפול עליהם אימתה ופחד בגדול זרועך ידמו כאבן"נב,
ואדרבה, עס וועט זיין „והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך"נג, „והביאו את כל אחיכם מכל הגוים מנחה לה' (אין אה"ק) כאשר יביאו בני ישראל את המנחה בכלי טהור בית ה'"נד,
ובשמחה ובטוב לבב.
ח. ובפשטות — מ'זאָל זיך גרייטן צו בענטשן „ברכת החמה" „ברוב עם הדרת מלך"נה, אנשים נשים וטף (מתאים צו דעם ענין פון שנת הקהל), בהמשך צו תפלת שחרית ובהמשך (או ביחד) מיט נתינת הצדקה,
און עס וועט זיין דער „כצאת השמש בגבורתו", דער ענין פון „חמה בתקופתה" למעלה, און — למעלה ולמטה גם יחד, און מ'וועט מקבל זיין פני משיח צדקנו,
וואָס דעמולט וועט זיין ווי מ'זאָגט אין דער הגדהנו „ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים (כולל — אַלע ענינים פאַרבונדן מיט פסח) אשר יקריבו דמם על קיר מזבחך לרצון".
ט. וואָס די גאולה ע"י משיח צדקנו איז פאַרבונדן, און קומט, דורך די דריי ענינים הנ"ל, דער ענין פון „מיכלא דמהימנותא", דער ענין פון תניא פנימיות התורה און דער ענין פון ב' ניסן, וואָס כל עמלו אשר עמל איז מתגלה ומאיר למטה ופועל ישועות בקרב הארץנז
און ווי מ'זאָגט אין דער הגדה „והיא שעמדה לאבותינו ולנו . . בכל דור ודור", „היא", דער ענין האמונה, די נקודה און דער ענין פון תורה ומצוותי' בכללנח — איז „עמדה לאבותינו ולנו . . בכל דור ודור",
„בכל דור ודור" כולל אויך דעם איצטיקן דור, זאָל שוין זיין בפועל „לדור ודור נספר תהלתיך"נט,
און נאָכמער: דער דור גופא איז אַ צווייענדיקער — עס איז דער דור פון דעם פאַרענדיקן דעם גלות, „קץ שם לחושך"ס, דער דור פון שלהי עקבי190דמשיחא, און צוזאַמען דערמיט — („ודור") דער דור פון דער גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,
במהרה בימינו ממש.
והיא שעמדה כו'].
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ב
- Id
- rh-15fcrqxg