עברית
Library

Letter 7972

י"ט תמוז, ה'תשי"ג · ה' עליהם יחיו

ב"ה, י"ט תמוז, ה'תשי"ג

ברוקלין, נ.י.

לכל חובבי תורה ומצוה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די בית רבקה שולן פאר מיידלעך, וועלכע שטייען אונטער דער אויפזיכט פון "מרכז לעניני חינוך", האבן במשך זיער עלף-יעריקר עקזיסטענץ ערצויגן און ערציען הונדערטער און הונדערטער אידישע טעכטער אין גייסט פון תורה, יראת שמים און מדות טובות, וועלכע זיינען א נחת פאר זייערע עלטערן און א שטאלץ פארן גאנצן אידישן פאלק.

אין זכות פון זייער הייליגן גרינדער, כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע און אדאנק דער אונערמידלעכער און איבערגעגעבענער ארבעט פון זייערע מנהלים, האבן די בית רבקה מוסדות זיך ערווארבן א נאמען לתהלה ולתפארת אויפן געביט פון חינוך הכשר, ערציענדיק א דור פון פאראנטווארטלעכע רעליגיעזע אידישע טעכטער און מוטערס, פון וועלכע עס איז אין א גרויסער מאס אפהענגיק פון די צוקונפט פון בית ישראל ברוח התורה והמסורה.

ליידער געפינען זיך איצט די בית רבקה מוסדות אין א קריטישער פינאנציעלער לאגע. די גרויסע לאסט פון די חובות וואס האבן זיך אנגעזאמלט אין די פריערדיקע יארן און די גרויסע הוצאה פון איצט, דראען די יסודות פון זייער עקזיסטענץ.

באלדיגע הילף איז דרינגנד נויטי[ג].

איך ווענדע זיך דעריבער מיט א הארציקן רוף צו אלע חובבי תורה ומצוה און בפרט צו די וועמען די מוסדות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע זיינען הייליק און טייער, אז זיי זאלן זיך ווארים אפרופן אויף דעם עמערדזשענסי קאמפיין פון די בית רבקה מוסדות, און מיט אן אפענער האנט און ווארים הארץ זיך באשטייערן אליין און אויך זאמלען בא זייערע פריינט און באקאנטע, אום צו ראטעווען די בית רבקה מוסדות, און צו געבן די דאזיקע וויכטיקע מוסדות די מעגלעכקייט ווייטער אנצוגיין מיט זייער חינוך-הכשר - ארבעט.

און בזכות זה וועט השי"ת העלפן די אלע שטיצער און מיטהעלפער אין וואס זיי נויטיקן זיך, בגשמיות וברוחניות.

הדו"ש ומברכם בגו"ר,

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 21
Id
rh-qndpeq3p

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit7972