עברית
Library

Letter 8204

כ"ב מ"ח, תש"כ · מר אליעזר דניאל שי'

ב"ה, כ"ב מ"ח, תש"כ

ברוקלין.

מר אליעזר דניאל שי'

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון י"ג חשון, וועמענס אינהאלט איז איבערגעגעבן געווארען צו אונזער ביורא אין פאריז, וואס דארט ווערען קאנצעטרירט אלע ענינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט טעטיקייטען אין אירופא, איינגעשלאסען אויך די גירינדונג און אנפירונג פון ישיבות און חינוך בכלל.

וואס איר שרייבט, וועט די אקאונטען עקזאמינעס וואס איר דארפט דורכגיין, בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין, אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו הצלחה אין דעם, און זעלבסט פארשטענדליך, אז אייער פעסטער באשלוס, אויף צו-צוגעבען אין ענינים פון תורה ומצות, אין טאג טעגליכען לעבען, איז דאס די וועג און כלי צו אויפנעמען די ברכות פון השם יתברך, און וואס אלץ מער מ'גיט צו, אלץ מער וועט צוגעגעבען אין די ברכות פון השם יתברך.

וואס איר שרייבט, וועגען באזוכען זומער א ליובאוויטשער ישיבה, און אויך וועגען דעם בחור, וואס ליידער, לעצטענס, פירט ער זיך ניט אויף ווי געהעריג, און אפשר וועט ער אויך וועלען באזוכען אין די זומער חדשים, אין א ישיבה,

דארפט איר זיך פארבינדען מיט דער ישיבה, ואוו איר זייט געווען, ד.ה. ישיבה לוד, וואס דורך דעם וועט זיין גרינגער דעם בחור וועלכען וועגען איר שרייבט, צו צוגעוויינען זיך דארט.

מיין ענטפער אויף אייער פאריגען בריף, האט איר זיכער זיינער צייט באקומען.

בברכה לבשורות טובות,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

א. קווינט

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 21
Id
rh-z8dqrwke

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit8204