עברית
Library

Letter 8197

א' אלול, תשי"ט · מו"ה שלמה שי'

ב"ה, א' אלול, תשי"ט

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ בעל מדות ורב פעלים עוסק

בצ"צ

מו"ה שלמה שי'

שלום וברכה!

מיט צופרידנהייט האב איך באקומען אייער בריף פון ערב ראש חודש אלול הוא חודש הרחמים, אין וועלכן איר שרייבט די גוטע בשורה, אז דעם קומענדן שבת פ' שופטים, ווערט איר א בן ששים.

השם יתברך זאל העלפן, אז לאריכות ימים ושנים טובות, זאלט איר אנזאגן גוטע בשורות וועגן זיך און וועגן יעדערן פון אייער משפחה שי', גוטע בשורות אין די ענינים הגשמים און אויך גוטע בשורות אין די ענינים הרוחנים,

און ווי באוואוסט דער ווארט פון בעל שם טוב, אויף דעם פסוק כי תראה חמור וגו' עזוב תעזוב עמו, אז אויך מיט ענינים הגשמים קען מען און מען דארף דינען השם יתברך. און עבודת השם דארף זיין דוקא בשמחה, ובטוב לבב (זע רמב"ם סוף הלכות לולב, און אין ספר התניא אין מערערע ערטער, ווי אנגעצייכנט אין תוכן ענינים בסופו).

און בפרט אז די השגחה עליונה האט אייך מצליח געווען און מזכה געווען, מיט דער השתדלות און ארבעט אויף צו שטארקן און אויברייטערן דעם, בית ליובאוויטש" אשר בק"ק לונדון, וואס זיכער, אזוי ווי אין אלע גוטע זאכן, וועט איר גיין מחיל אל חיל ומעלין בקודש, וועט דאס נאך צוגעבן אין די ברוכת פון השם יתברך והצלחתו, אייך און יעדערן פון דער משפחה,

ובזה כמובן וגם פשוט הברכה פון דעם קאפיטל תהלים וואס איר וועט אנהויבן זאגן: שנותיו כמו דור ודור וגו' כן אזמרה שמך לעד וגו'.

בברכה לבשו"ט בכל הנ"ל ולכתיבה וחתימה טובה לו ולכל או"א מבני ביתו שיחיו בגו"ר,

מ. שניאורסאהן

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ג ע' 97.

מו"ה שלמה: פערין. אגרות נוספות אליו - לעיל ז'תתקסה, ובהנסמן בהערות שם.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 21
Id
rh-24fsq2g1

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit8197