Hayom Yom
כט תשרי
כט תשרי
ה׳תש״דמברכים ברכת הקשת, ולא כיש מפקפקים בזה.
איינער פון די מעזיבוזשער בעלי בתים האט געהאט א מחלוקת מיט נאך א בעל הבית, און זייענדיג אמאל בא דעם בעש"ט אין שוהל האט ער געשריען, אז ער וואלט זיין בר פלוגתא קורע געווען כדג זיין.
דער בעש"ט האט געהייסען די תלמידים געבען איינע די אנדערע די הענט, און זיך שטעלען לעבען אים מיט צוגעמאכטע אויגען. דער בעש"ט האט ארויפגעלייגט זיינע הייליגע הענט אויף די אקסלען פון די צוויי תלמידים, וועלכע זיינען געשטאנען לעבען אים, פלוצלונג האבען די תלמידים אנגעהויבען שרייען פון גרויס שרעק: זיי האבען געזעהן ווי דער בעל הבית איז קורע כדג זיין בר פלוגתא.
דאס באווייזט קלאהר, אז פון יעדער כח איז פאראן א פועל דבר: אדער אין א לבוש חומרי, אדער א רוחני וואס מי קאן אים אנעמען נאר מיט העכערע און איידעלערע געפילען.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
Copies
Recent activity
#59 Hayom Yom as printed: letter, notices, Tanya lines, closing · approved