אגרת תתצה
ט"ו שבט, ה'תשי"א ברוקלין · וכו' מו"ה אברהם דובער שי'
הוו"ח אי"א נו"מ עסקן רב פעלים בעל מדות
אייער טעלעגראם האב איך ערהאלטן, און איך דאנק אייך פאר די גוטע וואונ[ט]שן וואס איר דריקט אין איר אויס.
עס איז מיר באזונדערס אנגעלעגט אייער אויסדרוק פון דער האפנונג, אז דאס וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע ועכ"י האט מייסד געווען וועט אויך ווייטער זיין בהצלחה.
זעלבסטפארשטענדליך, אז כדי אז די דאזיקע ארבעט זאל קענען אנגיין בהצלחה, דארף מען האבן די מיטארבעט פון די וועלכע זיינען בעלי השפעה אויף די ברייטע קרייזן אידן, בפרט פון אנ"ש וועלכע האבן געהאט דעם זכות צו שטיין נאענט צו דער דאזיקער ארבעט און וועמען כ"ק מו"ח אדמו"ר זצ"ל האט געוויזן דעם וועג ווי צו ערפילן זייערע נשמה פליכטן און שליחות.
איך האף דעריבער, אז איר וועט אויך ווייטער פארזעצן אייער פולסטע מיטארבעט, במעשים בפועל, כדי אז יעדער איינער פון אונז און אלע צוזאמען זאל קענען ממשיך זיין די ארבעט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצ"ל בהחזקת היהדות והפצת התורה בכלל, ותורת החסידות בפרט.
בברכה לו ולכל ב"ב שיחיו בטוב הגשמי והרוחני,
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ד
- מזהה
- rh-kx1j1tv4
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit