אגרת א'קכ
ד' מנ"א, תשי"א ברוקלין
...בייגעלייגט איז דא א רשימה פון דעם וואס איך האב געזאגט צו די תלמידים וועלכע פארן אין שליחות פון מרכז לעניני חינוך צו פארשטארקן תורה ומצות און אידישקייט בכלל אין דער מדינה, און איך האף, אז איר וועט זיך ניט באנוגענען מיט דעם לייענען אליין, נאר וועט אויך טאן לויט דעם רעיון, וועלכער איז באגרינדעט אויף די הוראות וואס איך האב געהערט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר אין פערשידענע צייטן, וועגען דער נויטיגקייט פון אזא ארבעט.
השם יתברך זאל העלפן אונז אלעמען, אז יעדערער פון אונז זאל אויספירן די שליחות בעלמא דין, וואס דאס איז א מיטל צו מקבל זיין די ברכה והצלחה מהשם יתברך אין די ענינים הפרטיים ובפרט אין די ענינים פון בריאות הגוף ונפש.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ד
- מזהה
- rh-trzqanft
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit