עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 10641

ב"ה, י"ג טבת, ה'תשל"ג

איך באַשטעטיג דעם ערהאַלטן פון אייער בריוו, און איצט אויך פּערזענלעכן גרוס מיט דאָס בייגעלעגטע, פאַר וועלכע אַ קבלה איז דאָ בייגעלעגט.

ווי עס איז מיר שוין אויסגעקומען צו ריידן מיט אייער מאַן שי' ווען ער איז דאָ געווען, איז אַלעמאָל, און בפרט היינטיגע צייטן, ניט ראַטזאַם נאָכגיין קינדער אויף יעדן שריט און טריט און אָנווייזן זיי ווי זיך צו פירן אין אַלע פרטים, אפילו ווען מ'איז זיכער אז מ'איז הונדערט פּראָצענט גערעכט.

און די זעלבע זאַך באַציט זיך אויך ניט נאָר אויף עלטערן און קינדער נאָר אין אַלגעמיין צו די וואָס ווילן האָבן אויף זיי אַ ווירקונג און השפעה.

פונדעסטוועגן, איז זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז איך האָב גענומען אין באַטראַכט דעם אינהאַלט פון אייער בריוו און וועל זען וואָס מ'קען טאָן אין דעם אין אַ וועג וואָס זאָל ברענגען נוצן.

דער אויבערשטער זאָל אייך בענטשן אַז מיטן מאַן צוזאַמען זאָלט איר האָבן אַ סך אמת'ן אידישן נחת פון די קינדער, און ווי מ'ווינטשט [א]ידישע עלטערן - איר זאָל[ט] זיי מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים.

דער זכות פון אייער צדקה זאָל אייך ביישטיין צו גוטע בשורות אין אַלעס אויבנגעשריבענע.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 28
Id
rh-cst8j2ne

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit10641