עברית
Library

Letter 7893

ג' כסלו, תשי"ב · שי'

ב"ה, ג' כסלו, תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר מיכאל יהודה

שי'

שלום וברכה!

מיט פרייד האב איך עהראלטן אייער בריף פון כ"ג חשון, אז אייער געזונט צושטאנד איז בעסער יעצט ווי געווען, און אז דער ד"ר גיט גוטע העפנונג אז עס וועט [ווערן] בעסער און בעסער.

איך וועל בל"נ ערפילן אייער בקשה און מזכיר זיין אייך לרפואה קרובה, ווען איך וועל זיין אויפן ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און האף אז איר וועט מיר קאנען אנזאגן אין קומענדן בריף אז איר פילט בעסער און בעסער.

בכלל אין אזעלע זאכן, דארפמען פאלגן דעם ד"ר, צו אויסהיטן זיך פון גיין אויף טרעפ וכו', אבער גלייכצייטיק זיין שטארק אין בטחון בהשם יתברך וואס ער איז דער רופא כל בשר ומפליא לעשות, אז אזוי וועט זיין אויך בפועל ממש אין אייער ענין, און וואס דער בטחון איז שטארקער אין דעם, איז דער געזונט פארבעסערונג און די רפואה אלס גיכער.

איך האף אז פון צייט צו צייט באזוכן אייך אונזערע פרייד ובפרט מוה"ר שניאור זלמן שי' בוטמאן.

בברכה.

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ה ע' 98, מהעתקה.

מוה"רמיכאל יהודה: שווארצקאפ, פריז.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 21
Id
rh-7m8xkb8m

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit7893