עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 4

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

203שיחת י"ג (אור לי"ד) ניסן ה'תש"מ

— בבית הכנסת, אחרי תפלת ערבית —

א. צום אַלעם ערשטן איז דאָך [ווי די הוראה אין תורהא] פותחין בברכה —

צו ווינטשן יעדער אידן און אַלע אידן, די וואָס געפינען זיך דאָ און די וואָס הערן עס במקומות אחרים, בתוככי כלל ישראל,

אָנהויבנדיק פון דעם ענין שהזמן גרמא, אַז עס זאָל זיין אַ חג הפסח כשר ושמח, ובמילא אויך די הכנות צו חגה"פ אין אַן אופן הכי טוב, בכשרות ובשמחה.

און ממשיך זיין דאָס (די כשרות און די שמחה) במשך כל השנה כולה.

ווי געבראַכט פון כתבי האריז"לב, אַז בשעת מען איז אָפּגעהיט פון אַ משהו חמץ בפסח [וואָס דאָס איז דאָך נכלל אין כשרות ושמחהג של פסח], איז מען בטוח אַז דער גאַנצער יאָר וועט זיין אַ כשר'ער יאָר, אַז במשך כל השנה וועלן ניט זיין קיינע ענינים בלתי רצויים ברוחניות, ובמילא — אויך ניט קיינע ענינים בלתי רצויים בגשמיות.

ב. אַזוי ווי מען געפינט זיך אין אַ זמן פון עת רצון

— וואָס י"*) ג ניסן איז דער יום ההילולא פון כ"ק אדמו"ר הצ"צ, און אויך דער יום ההילולא פון דעם ב"יד — מרא דארעא ישראל,

און י"ד ניסן (וואָס די נאַכט געהערט דאָך שוין צו י"ד) איז דער יום ההולדת פון רמב"םה, וואָס ער איז אָנגענומען אַלס מרא דאתרא סיי אין ארה"ק סיי אין חו"ל, ובמיוחד בנוגע צו מורי נבוכים —

איז דאָך דאָס אַ זמן מסוגל צו מעורר זיין אויף די ענינים דלקמן.

ג. ס'איז דאָך „כימי צאתך מארץ מצרים"ו, וואָס בערב פסח (י"ד ניסן) ועאכו"כ י"ג בניסן, איז מען נאָך געווען אין גלות מצרים —

איז כאן המקום להזכיר ולעורר, אַז ס'איז אַ זיכערע זאַך אַז אויך בזמן הגלות איז „לא ינום ולא יישן שומר ישראל"ז,

ובפרט נאָך אַז ס'איז דאָ די פעולה פון „והשיב לב אבות על בנים — על ידי בנים"ח — וואָס דורך דעם איז מען (אויך) משיב לב אבינו שבשמים דורך בניו, דורך מעשינו ועבודתינו דא למטה בעוה"ז — איז זיכער, אַז דורך דעם פועל'ט מען נאָך אַ תוספת אין דער שמירה פון דעם „שומר ישראל" (וואָס אבינו שבשמים איז שומר את בניו), אַז די שמירה איז ביתר שאת וביתר עוז.

ד. ובפרט נאָך אַז מ'געפינט זיך אין אַזאַ מצב, וואָס בדרך הטבע ולעיני בשר איז (ניט פאַר אידן געדאַכט) אַלע ענינים204שאָקלען זיך. ובמיוחד אין ארה"ק ת"ו, סיי בנוגע לעניני בטחון, שלא תפתח הארץ לפניהם, רח"ל, סיי בנוגע לעניני כלכלה און פרנסה.

וואָס די סיבה אויף דעם איז — וואָס מ'שאָקלט זיך אין ענינים פון יהדות, פון תורה ומצוותי'.

איז מצד דערויף וואָס מען שטייט אין אַזאַ מצב, דאַרף מען דאָך אָנקומען, נאָך מער ווי אַלעמאָל, צו דער שמירה פון דעם שומר ישראל — איז דאָס גופא (דער הכרח הדבר) מעורר נאָכמער די הבטחה אַז „לא ינום ולא יישן שומר ישראל". ובפרט נאָך אַז בנוגע צו ארץ ישראל קומט נאָך צו די הבטחה מיוחדת — „ארץט אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה".

ה. די סיבה פון דעם וואָס עס שאָקלען זיך די ענינים פון בטחון וכלכלה, איז (ווי געזאָגט פריער) — וואָס מען שאָקלט זיך אין עניני יהדות.

אַנשטאָט דעם וואָס מען דאַרף זיך האַלטן שטאַרק און פעסט אין דרך הישר, וואָס דאָס איז דער דרך פון תורתנו הקדושה, תורת אמת און תורת חיים — איז אַנשטאָט דעם, שאָקלט מען זיך: אַמאָל אין דער ריכטיקער זייט, ווי ס'איז אָנגעוויזן אין תורת אמת און תורת חיים, און אַמאָל, רח"ל, אין אַן אַנדער זייט.

ובזה — ס'איז אַ פסק־דין ברור אין שולחן־ערוך הלכות שבת סימן שכ"ט ווי די הנהגה דאַרף זיין אויף באַוואַָרענען דעם מצב הבטחוני. און אע"פ אַז דאָס איז אַ פס"ד ברור, איז לפועל „שאָקלט מען זיך".

בשעת מען וועט טאָן ווי ס'איז אָנגעוויזן אין תורה — האָט מען דעמולט די פאַרזיכערונג און דעם כח פון תורה, „אין עוז אלא תורה"י, אַז עס וועט זיין די שלילה גמורה פון תפתח הארץ לפניהם.

[ובפרט נאָך, אַז מען געפינט זיך אין שנה השביעית, וואָס דער גאַנצער יאָר איז „שבת להוי'"יא — וואָס דאַן זיינען אַלע ענינים פון הלכות שבת, כולל (אויך) די הבטחה און דער כח פון דעם אויבנדערמאָנטן דין (אין הלכות שבת), מיט מער תוקף].

ו. וויבאַלד אַז מצוה גוררת מצוהיב, איז דער קיום פון דעם דין הנ"ל בשלימותו, וועט ברענגען אויך צו מוסיף זיין ביתר שאת וביתר עוז אין קיום כל המצוות, אָנהויבנדיק פון די ענינים שהזמן גרמא — די ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט פסח, און הכנה צו פסח.

און וויבאַלד אַז די הכנה צו פסח איז דאָך פאַרבונדן מיטן שבת שלפני הפסח [ווי דער פס"ד אין שו"עיג, אַז נוסף צו דעם וואָס „כל חכם הי' שונה לתלמידיו הלכות הרגל ל' ימים לפניו", איז „היו דורשים הלכות הרגל בשבת שלפניו"], וואָס דער שבת ווערט אָנגערופן „שבת הגדול, לפי שנעשה בו נס גדול"יד — איז די ענינים פון מבצע פסח און הכנה לפסח, וועלן ברענגען בדוגמת דעם נס גדול וואָס איז געווען דעמולט — „למכהטו מצרים בבכוריהם"יד:

205עולם הזה הגשמי (בכללות) איז — מצרים, מלשון מצרים וגבוליםטז. און בשעת אַז די ענינים הגשמיים זיינען בריבוי, ביז צו עשירות (מצד דערויף וואָס דער אויבערשטער גיט זיי מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה) — איז עס „בכורי מצרים".

און דער אויפטו פון שבת הגדול, „למכה מצרים בבכוריהם", איזיז: אַז מען נוצט אויס די עשירות בגשמיות (בכורי מצרים) אויף קדושה, און אויף ברעכן די גוי'שקייט פון מצרים — אתהפכאיח חשוכא לנהורא.

און דורך דעם ווערט ווי דער המשך וסיום הכתוב — „כי לעולם חסדו", אַז מ'האָט פון חסדו של הקב"ה למעלה ממדידה והגבלה, כמבואר אין מס' פסחיםיט קרוב לסיומה וחותמה.

ז. מען דאַרף דאָך עפּעס טאָן אויך אין דרכי הטבע, וואָס ביי אידן איז אויך זייער טבע פאַרבונדן מיט תורה ומצוות —

איז תמורת זה וואָס עס זיינען דאָ אידן וואָס שאָקלען זיך רח"ל, און זיי ברענגען דאָס (דעם „שאָקלען זיך") אויך אין אַ מעשה בפועל

— ביז אַז דאָס האָט געבראַכט אַז אויך ביי אוה"ע זאָל זיך שאָקלען. וואָס דאָס איז נאָך מער מוסיף אין דעם בלבול כל הענינים שבעולם, און מען דאַרף האָבן אַז דער „ונפלינו אני ועמך מכל העם אשר על פני האדמה"כ זאָל זיין אין אַן אופן נראה ונגלה לעיני בשר —

איז די פעולה וואָס יעדער איד דאַרף טאָן אויף צו שולל זיין און מבטל זיין דעם „שאָקלען זיך", איז — צו האַלטן זיך נאָכמער פעסט (היפך פון „שאָקלען זיך") אין תורה ומצוות. און אויך ועיקר — במעשה בפועל,

צו מוסיף זיין (בפועל) אין לימוד התורה, סיי אין נגלה סיי אין חסידות, און אין קיום מצוותי' בהידור,

[כולל אויך הפצת התורה, נגלה דתורה און פנימיות התורה, וואָס נגלה דתורה איז דער גוף פון תורה און פנימיות התורה איז די נשמה פון תורה ווי עס שטייט אין זהר פרשת בהעלותך את הנרותכא (וואָס בי"ג ניסן זאָגט מען בהעלותך את הנרותכב), צו פאַרפלייצן די וועלט אַז עס זאָל זיין „ומלאהכג הארץ דעה את הוי' כמים לים מכסים"],

אָנהויבנדיק פון די מצוות שהזמן גרמא — די הכנות צו פסח, וואָס איז פאַרבונדן (ועיקר) מיט שלילת החמץ — מיט שולל זיין דעם וואָס ווערט אָנגערופן בשם „חמוץ"כד,

און דורך „סור מרע", קומט צו (דערנאָך) אַ תוספת אין „ועשה טוב",

ביז דאָס קומט אַראָפּ אויך אין גשמיות, אין טוב הנראה והנגלה.

ח. און דאָס וועט אויך מכריח זיין די וואָס ביז היינט האָבן זיי זיך געשאָקלט בנוגע צום מצב בטחוני, אַז זיי זאָלן206בייטן זייער שטעלונג מן הקצה אל הקצה, צו גיין מיט אַ תוקף.

דאע"פ אַז אַ איד איז אַ בעל בחירה, פונדעסטוועגן איז דאָך שייך אַז ער זאָל זאָל זיין „מוכרח" מצד התגברות היצר טוב — במכ"ש פון דעם וואָס ער קען זיין אַן „אנוס" מצד דעם יצר וואָס איז היפך הטובכה.

ט. און דורך דעם וואָס אידן וועלן גיין מיט אַ תוקף, וועלן במילא בטל ווערן די בלבולים מצד אומות העולם — וויבאַלד אַז די בלבולים זיינען געקומען (כנ"ל) מצד דערויף וואָס אידן האָבן זיך געשאָקלט.

און נאָכמער: דורך דערויף וואָס מען וועט פאַרפלייצן די וועלט מיט נגלה דתורה און פנימיות התורה, ביז עס וועט זיין (בדוגמת לע"ל) „ומלאה הארץ דעה את הוי' כמים לים מכסים", וועט זיין נאָך אין די לעצטע טעג פון גלות (בדוגמת לע"ל) „והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך"כו, אַז ניט נאָר וואָס זיי וועלן ניט שטערן און מבלבל זיין, נאָר אדרבה, זיי וועלן אַרויסהעלפן אידן אין אַלע ענינים פון אידישקייט,

ביז אַז זיי וועלן געבן אידן פון זייערע „בכורות" — פון זייערע בעסטע עניניםכז,

און זיי וועלן טאָן את כל התלוי בהם אַז אידן זאָלן זיין באַוואָרנט [ע"פ טבע, וויבאַלד אין זמן הגלות גייט עס דורך דורך לבושי הטבע] בכל המצטרך להם,

ביז באופן פון מידו „המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה", אויך „הגדושה" מיט אַ גימ"ל ווי עס שטייט אין בעש"ט'ס סידור, וואָס דאָס (גדושה) איז נאָך מער פון מלאה.

י. וכל הנ"ל — סיי די פעולה אין אידן (צו מכריח זיין זיי אַז זיי זאָלן שטיין מיט אַ תוקף), סיי די פעולה אין אוה"ע (אַז זיי זאָלן אַרויסהעלפן אידן בכל המצטרך) — טוט זיך אויף (כנ"ל) דורך דעם וואָס מען וועט זיך האַלטן פעסט אין תורה ומצוותי', אָנהויבנדיק פון די מצוות שהזמן גרמא — מבצע פסח און הכנות צו פסח.

ובפרט נאָך אַז מען האָט די נתינת כח פון דעם יום זכאי — דעם יום ההילולא פון כ"ק אדמו"ר הצ"צ און פון דעם בית יוסף, און דער יום ההולדת פון דעם רמב"ם, וואָס ממשה ועד משה לא קם כמשהכח, וואָס משה רבינו איז הוא גואל ראשון הוא גואל אחרוןכט,

איז כשם ווי באַ גאולת מצרים האָט משה רבינו אויפגעטאָן אַז נאָך זייענדיק אין גלות מצרים איז „לכל בני ישראל הי' אור במושבותם"ל, און דאָס האָט געבראַכטלא אַז די מצריים האָבן זיי געגעבן כלי כסף וכלי זהבלב ביז אַז „וינצלו את מצרים"לג,

אַזוי וועט אויך זיין אין דער איצטיקער גאולה, אַז נאָך זייענדיק אין די לעצטע טעג פון גלות וועלן די אוה"ע געבן אידן פון זייערע בעסטע זאַכן („בכורות"), און מען וועט אַרויס־207גיין פון גלות ברכוש גדוללד, מיט אַלע ניצוצותלה, לקבל פני משיח צדקנו.

יא. די גאולה פון מצרים איז דאָך געקומען מצד דערויף וואָס אידן זיינען בנים למקום (כמ"שלו „בני בכורי ישראל גו' שלח את בני ויעבדני"),

און אין בנים גופא זיינען אידן געווען דאַן ווי אַ בן קטן, כי נער ישראל ואוהבהולז

[וואָס צו אַ בן קטן איז אהבת האב אַ סאַך גרעסער, ביז אַז ער פירט אויס ביים אב אַלץ וואָס ער וויל],

און וויבאַלד אַז כדי צו מעורר זיין אַן ענין למעלה דאַרף מען האָבן אַן אתעדל"ת מעין זה, „במדה שאדם מודד בה מודדין לו"לח — דעריבער דאַרף זיין אַן אתערותא במיוחד פון די בנים קטנים און פון די בנות קטנות

[וואָרום „אף הן היו באותו הנס"לט. ואדרבה, „בשכר נשים צדקניות שהיו באותו הדור נגאלו ישראל ממצרים"מ (אַז אויך די גאולה פון די אנשים איז געווען בזכותן)],

איז כאן המקום צו געבן אַ ברכה מיוחדת און אַ תודה חמה מיוחדת צו די אַלע קינדערלאך (בנים און בנות) וואָס האָבן געטאָן אין אַ שטורעמדיקן אופן בנוגע צום מבצע פון „והשיב לב אבות על בנים" בכלל, ובפרט בנוגע צו פסח און הכנה לפסח.

און זיכער וועלן זיי טאָן אין דעם אויך מכאן ולהבא, צו אויסנוצן די שעות וואָס זיינען נאָך געבליבן ביז פסח, און דערנאָך אויך במשך ימי הפסח, צו אויפטאָן נאָכמער אַז עס זאָל זיין אַ חג הפסח כשר ושמח,

וואָס דאָס וועט אויפטאָן נאָכמער אין והשיב לב אבות על בנים (אבות ובנים כפשוטם), ביז אויך אין דעם והשיב לב אבינו שבשמים על בני בכורי ישראל און „בניםמא אתם לה' אלקיכם",

דורך דעם וואָס מען איז אין אַן אופן פון „נער ישראל", „יעקב כי קטן הוא"מב — מען ווייס אַז דאָס איז ניט מצד כחי ועוצם ידימג ח"ו, נאָר מצד דערויף וואָס מען איז מקבל פון דעם אויבערשטן

[דישראל דומין ללבנהמד, וואָס די לבנה איז לית לה מגרמה כלוםמה, נאָר זי איז מקבל פון שמש, פון „שמשמו ומגן ה' אלקים"]

וואָס ער (דער אויבערשטער) האָט אַלץ, און ער גיט דאָס צו יעדער אידן און צו אַלע אידן, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.

יב. און דורך דעם וואָס די קינדער (סיי אינגעלעך, סיי מיידעלעך) וועלן מוסיף זיין בפעולות הנ"ל, הלוך ומוסיף ואור, וועט דאָס (אויך) מוסיף זיין נאָך208מערמז אין דעם ביטול פון דעם „שאָקלען זיך", און אדרבה, שטעלן זיך אין אַן אופן פון „לאמח יכרע ולא ישתחוה".

און אַזוי ווי בי"ד בניסן איז געווען די התחלה פון „כנוס את כל היהודים"מט — איז אויך איצטער וועט עס זיין דורך דעם ענין פון מבצע אהבת ישראל, אַז אַלע אידן קלייבן זיך צוזאַמען,

און נאָך דעם ווי עס גייען דורך די שלשה ימים — י"ד, ט"ו און ט"זמט — ווערט די מפלה פון אַלע ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט המן'ען, ועאכו"כ די מפלה פון המן (עצמו) ובניו.

און עס ווערט דער זמן חירותינו למטה מעשרה טפחים, אַז נאָך אין דעם סיום פון זמן הגלותנ וועט דער אויבערשטער מאַכן אַז לכל בני ישראל יהי' אור במושבותם, אַזאַ אור וואָס מען זעט אים בעיני בשר אפילו בזמן הגלות,

און מען וועט באַקומען דעם רכוש גדול נאָך זייענדיק אין גלות, און אַרויסגיין פון גלות ברכוש גדול, און מתוך שמחה וטוב לבב.

יג. מכל הנ"ל איז מובן אויף וויפל עס דאַרף זיין דער גודל ההשתדלות אויף אַריינציען וואָס מער אידן, ובפרט אידישע קינדער [וואָס ע"י בנים וועט זיין (אויך) והשיב לב אבות], זיי זאָלן *) מקיים זיין אַלע ענינים פון פסח בשלימות, און דערנאָך ממשיך זיין אויך

לאחרי הפסח ובנוגע שאר עניני תומ"צ,

אַז זיי זאָלן זיין בשלימות.

און דורך דעם וואָס אידן וועלן זיין

צוזאַמען מיט שלימות התורה, און

צוזאַמען מיט דער שלימות וואָס מען האָט אַרום זיך אַלע קינדער, אַלע

ארבעה בנים וואָס „כנגד ארבעה בנים

דברה תורה"נא, תורה רעדט אַריין אין יעדערן פון די בנים,

וועט זיין „בנערינו ובזקנינו"נב, אַז די קינדער מיט די עלטערן האַלטן זיך צוזאַמען באַ די זעלבע תורה און באַ דעם זעלבן (געגרייטן) טיש — דער זעלבער שולחן ערוך פאַר „זקנינו" און „נערינו",

איז די שלימות וועט ברענגען בקרוב ממש די שלימות הגאולה, אַז עס ווערט קץ שם לחושךנג הגלות, און עס הויבט זיך אָן די אתחלתא דגאולה, און גלייך נאָך דעם (אָבער תיכף ומיד) — די גאולה במילואה ובשלימותה.

יד. דער סיכום פון כל הנ"ל:

יעדער איד, סיי מאַן און סיי פרוי, ובמיוחד קטנים און קטנות, דאַרף וויסן, אַז דורך דעם וואָס ער וועט זיך אויפהערן צו שאָקלען און טראַכטן צי מען דאַרף גיין ימינה אָדער שמאלה, נאָר ער וועט גיין לבטח דרכו, אין דרך הוי' לעשות צדקה ומשפטנד —

וואָרום דרכו (זיין דרך) איז דער דרך הוי' לעשות צדקה ומשפט, ובמילא גייט209ער „לבטח", ביי אים זיינען ניטאָ קיין ספיקות ווי ער דאַרף טאָן, וויילע אויף יעדער ענין האָט ער אַ קלאָרע הוראה און „משפט" וואָס דאָס איז הלכהנה, און צוזאַמען דערמיט איז ער אויך מוסיף אין צדקה, (וואָס צדקה איז) כללות כל המצוותנו,

איז נוסף צו דעם וואָס ער אַליין הערט אויף צו שאָקלען זיך, איז דורך דעם שטעלט ער אויך אָפּ די „שאָקלעניש" פון די וואָס דאַרפן שטיין מיט אַ תוקף (ניט מצד כחי ועוצם ידי ח"ו, נאָר מצד דעם תוקף פון תורה) בנוגע צו שלימות הארץ,

און דאָס וועט גלייך ברענגען אַז עס וועט בטל ווערן אויך די „שאָקלעניש" פון „מלכים" און „שרותיהם", און זיי וועלן דערפילן (מצד „מזלייהו חזי"נז) אַז זייער תפקיד איז — זיי זאָלן זיין „אומניך" און „מניקותיך",

און זיי וועלן ברענגען אידן לארצנו הקדושה אַזוי ווי מען ברענגט אַ מנחה בכלי טהורנח,

ביז אַז עס וועט מקוים ווערן בפועל אַז „יעמוד מלך מבית דוד כו' ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות ה' וינצח ויבנה מקדש במקומו ויקבץ נדחי ישראל"נט,

און כל הנ"ל וועט זיין אין אַן אופן פון „מיד", ווי דער פס"ד פון רמב"םס אַז „מיד הן נגאלין".

טו. כשם ווי דער גיין לבטח דרכו פון יעדער אידן ובפרט פון קינדער שטעלט אָפּ די „שאָקלעניש" פון די וואָס דאַרפן שטיין מיט אַ תוקף בנוגע צו שלימות הארץ (ווי גערעדט פריער), עד"ז — ובמכ"ש — איז עס מבטל — ולכל לראש — די „שאָקלעניש" פון די וואָס דאַרפן זיין זייערע מדריכים און מנהיגים.

בשעת זיי זעען ווי דער וואָס דאַרף זיין זייער מודרך גייט מיט אַ תוקף, פועל'ט עס אויף זיי, אַז זיי הערן אויף צו שעמען זיך וכיו"ב, און זאָגן אַרויס קלאָר אַז ס'איז אַן איסור גמור צו טאָן עפּעס וואָס קען ברענגען אַ פירצה אין שלימות התורה, אפילו אין אַ דקדוק קל של דברי סופרים [און עאכו"כ אין ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט פסח און מיט חמץ, וואָס דאָס זיינען די ענינים הכי רציניים],

און אין יעדער ענין זאָגן זיי אַרויס אין אַ קלאָרן אופן וואָס תורה זאָגט אויף דעם, און וויבאַלד אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן דורך תורה, „אסתכל באורייתא וברא עלמא"סא — איז דאָך מובן בפשטות, אַז אויף יעדער ענין שבעולם איז דאָ אַ הוראה ברורה אין תורה,

אָנהויבנדיק פון די הוראה ברורה אין תורה בנוגע צו שלימות הארץ, דעם פס"ד ברור — „דבר הוי' זו הלכה"סב — אַז ס'איז אַן איסור גמור צוצולאַזן עס זאָל זיין אַ מעגלעכקייט, רח"ל, פון תפתח הארץ לפניהם,

און די הוראה ברורה פון תורה בנוגע צו שלימות העם — אַז גיור מוז זיין כהלכה.

ועד"ז בנוגע צו כל הענינים — סיי210אין עניני הכלל, סיי בנוגע צו חיי הפרט, ביז אין די הנהגה היום־יומית — אַז בנוגע צו יעדער ענין זאָגן זיי אַ הוראה ברורה פון תורה אין דעם.

טז. און דורך דעם וואָס די רבנים זאָגן קלאָר דעם „דבר הוי' זו הלכה" בנוגע צו יעדער ענין, ווערן זיי די מורי נבוכים, זיי ווייזן אָן די וועג פאַר די „נבוכים" וואָס שאָקלען זיך,

וואָס דאָס איז דאָך אויך פאַרבונדן מיטן רמב"ם (וואָס י"ד ניסן איז זיין יום הולדת) דער מורה נבוכים פון אַלע דורות, וואָס ממשה ועד משה לא קם כמשה,

וואָס עד"ז איז בנוגע צו יעדער רב וואָס האָט סמיכה און פסק'נט ע"פ שו"ע, אַז זיין פס"ד איז בכח פון דער סמיכה וואָס ער האָט באַקומען איש מפי איש עד משה רבינו.

און דאָס גיט אויך דעם כח צו יעדערן פון צאן מרעיתו, צו פירן זיך ע"פ תורה אין טאָג טעגליכן לעבן, און טאָן דאָס מיט אַ תוקף,

ובלשון השו"עסג פון דעם ב"י — „יתגבר כארי", וואָס דאָס איז פאַרבונדן (ווי דער רמ"א איז מבאר ומוסיף) מיט „שויתיסד הוי' לנגדי תמיד",

אַז אַלע עניני העולם זיינען ביי אים „שויתי" — לשון השתוות (כפירוש הבעש"טסה), און די איינציקע זאַך וואָס איז ביי אים תופס מקום איז „הוי'" (ודבר הוי' זו הלכה),

און דורך דערויף — גייט ער דורך די וועלט, און גייט דורך בהצלחה רבה.

יז. אַזוי ווי באַ יציאת מצרים, איז „הם (די בנים און די בנות) הכירוהו תחלה"סו, אַזוי אויך די איצטיקע גאולה דאַרף זיך אָנהויבן דורך די אידישע קינדער,

דורך דעם וואָס די אינגעלעך און מיידעלעך וועלן מוסיף זיין אין זייערע פעולות מיט זיך און צו באַווירקן זייערע עלטערן אויף מוסיף זיין אין עניני יהדות

אָנהויבנדיק פון די הכנות צו פסח, העלפן אַרויסראַמען דעם חמץ (כפשוטו, וואָס איז פאַרבונדן מיט אַרויסראַמען דעם חמץ הרוחני), און אויך די אַנדערע הכנות לפסח,

ביז דערנאָך צו פרעגן די קשיות — „בן שואל מה"סז — וואָס דאָס איז מעורר דעם פאָטער צו זאָגן מיט מער חיות „עבדים היינו לפרעה במצרים ויוציאנו הוי' אלקינו משם"סח, ביז דעם סיום פון דער ברכה אשר גאלנוסט וואו מען זאָגט „כן כו' יגיענו למועדים ולרגלים אחרים הבאים לקראתינו לשלום שמחים בבנין עירך וששים בעבודתיך",

אַז בקרוב ממש וועט מקויים ווערן דער יעוד „שמחים בבנין עירך וששים בעבודתיך", „ואנחנו עמך וצאן מרעיתך גו' לדור ודור נספר תהלתך"ע,

און די אַלע ענינים ווערן געטאָן אין אַן אופן פון „לעולם", אַז מתחלתו [זיין ערשטע פעולה בזה] איז אין אַן אופן נצחיעא,

211און אין אַן אופן פון „מיד" — בזריזות הכי גדולה.

ח"י. צו דעם קומט נאָך צו די נתינת כח און זכות פון די יומין זכאין פון חודש ניסןעב,

און אין חודש ניסן עצמו — דער יום הילולא פון צמח צדק, וואָס משיח נקרא בשם צמחעג,

און ער איז ממשיך דעם צמח וצדקה דורך זיינע פסקי דינים און הלכה, סיי אין נגלה דתורה סיי אין פנימיות התורה;

דער יום ההילולא פון דעם ב"י, וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן דעם „שולחן ערוך לפניהם"עד עד סוף כל הדורות — אין נגלה דתורה, צוזאַמען מיטן „מגיד מישרים" — די ענינים פון רזי תורה;

דער יום ההולדת פון דעם רמב"ם, וואָס אויך חיבורו איז נקרא על שמו — בשם רמב"ם,

וואָס די התחלה פון דעם חיבור איז מיט „יסוד היסודות ועמוד החכמות לידע שיש שם מצוי ראשון כו' וכל הנמצאים כו' לא נמצאו אלא מאמיתת המצאו",

און דער סיום וחותם פון דעם חיבור איז „ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים", וואָס דאָס איז דאָך פנימיות התורה, רזי וסודות התורה

— פסק'נט ער דאָס אָפּ בתחלת ספרו ובסיום וחותם ספרו, וואָס איז אויך סיום הלכות מלכים ומלחמותיהן, וואָס דאָס איז מלחמות ה', און מ'איז מנצח,

און מ'ברענגט דעם „והשיב לב אבות על בנים" פון אבינו שבשמים — די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,

און אין אַן אופן פון „מיד הן נגאלין".

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-74jzcz49

Copies

Recent activity

#195 Likkutei Sichos vol 22: machine reading · approved
#138 Likkutei Sichos vol 22: machine reading · closed

Sources