עברית
Library

Letter 8009

ט"ז אדר ב', תשי"ד · ברוקלין.

ב"ה, ט"ז אדר ב', תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידן צו באקומען אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער ארבעט אין די תלמוד תורה'ס און מסיבות שבת.

און השי"ת זאל געבען אויף ווייטער הצלחה אין דעם, אז די ארבעט זאל פארגרעסערט ווערן, און צוזאמען מיט דעם זאל פארגרעסערט ווערן די הצלחה און אויך די באטייליגונג פון די אלע וועלכע זיינען זוכה צו נעמען איינטייל אין דער עבודת הקדש.

וואס איז אלע צייטן איז דאס געווען העכסט וויכטיג, און על אחת כמה וכמה אין אונזער דור וואס מיר זיינען געבליבן די שארית הפליטה, איז מיט יעדער פרט וואס מען איז מקרב לבן של בני ובנות ישראל לאבינו שבשמים טוט מען אויף דערמיט א דבר גדול ביותר.

און השי"ת איז א בטוח, צו ממלא זיין זיינע הבטחות וואס ער איז מבטיח בתורתנו הק' פאר אזעלכע פעולות.

און בפרט - זאל השי"ת העלפען אייך, איר זאלט קענען אנזאגן גוטע בשורות וועגען אייער טאכטער... תחי', פון דער ערפילונג פון משאלות לבבה לטובה. זיכער היט זי אפ טהרת המשפחה, וואס דענסטמאל בענטשט השי"ת מיט געזונטע קינדער לאריכות ימים ושנים טובות.

בייגעלייגט איז דא א קאפיע פון מיינעם א מכתב כללי פאר פרויען, וואס זיכער וועט איר איבערגעבען עם צו אייער טאכטער תחי'.

בברכת הצלחה,

מ. שניאורסאהן

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" א ע' 79.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 21
Id
rh-6ydqp5nt

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit8009