עברית
Library

Likkutei Sichos

Tazria-Metzora

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

70תזריע־מצורע

א. די פרשיות תזריע מצורע זיינען לויט דער קביעות פון רוב השנים (אַלע שנים פשוטות) — מחוברותא. דער קישור ושייכות צווישן די צוויי סדרות איז פאַרשטאַנדיק בפשטות — נוסף אויף דעם וואָס אין ביידע סדרות רעדט זיך וועגן נגעים (אין פ' תזריע — נגעי אדםב ונגעי בגדיםג און אין פ' מצורע — נגעי בתיםד), נאָר נאָך מער: פ' מצורע איז דער סיום וחותם פון פ' תזריע; די דיני המצורע וועגן וועלכע עס רעדט זיך בפ' תזריע, איז סיומם — „תורת המצורע ביום טהרתו" — אין פ' מצורעה.

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין בנוגע די שמות הסדרות: ווי גערעדט שוין פיל מאָלו, זיינען די נעמען פון די סדרות ניט אַ סימן בעלמא, אַ וואָרט פון התחלת הסדרה ווערט גענוצט בלויז בכדי אויסצוטיילן איין סדרה פון דער אַנדערער, נאָר יעדער נאָמען אַנטהאַלט און דריקט אויס (ווי אַלע „שמות שנקראים בהם בלשון הקודש"ז) די נקודת התוכן פון דער סדרה.

[און ווי דאָס איז אויך מודגש בפרשת תזריע, אַז לויט מנהג ישראל הייסט זי ניט „אשה"ח (כאָטש דאָס איז דער ערשטער וואָרט נאָך דער פתיחה כללית „וידבר ה' גו' לאמר", אָבער מיט וועלכן עס הויבן זיך אָן כמה פרשיות אין תורה, איז דאָס ניט אַ נאָמען ספּעציעל פון דער פרשה), נאָר איר נאָמען איז „תזריע"ט].

פאָדערט זיך אַ ביאור בנדו"ד — וואָס איז די שייכות פון דעם וואָרט (נאָמען) „תזריע" צו דער פרשה בכללותהי, וואָס איר תוכן איז, רובה ככולה, דער ענין פון נגעים?

נאָך מער: ניט בלויז האָט דער וואָרט „תזריע" קיין שייכות ניט צום ענין הנגעים, נאָר, לכאורה, זיינען זיי הפכיים: „תזריע" ווייזט — ווי דאָס איז מפורש בפרשתנו: „אשה כי תזריע וילדה גו'" — אויף אַן ענין וואָס ברענגט אַ הולדה חדשה און חיים חדשים; משא"כ נגעים, איז דאָך „מצורע חשוב כמת"יא, און דער פשט דערפון איזיב, אַז דאָס איז ניט (נאָר) מצד טומאת המצורעיג, נאָר דער מצורע עצמו איז חשוב כמתיד.

71אויך איז ניט מובן בנוגע „מצורע" אַלס שם הפרשה: אין פ' מצורע רעדט זיך ניט וועגן דעם מצורע אַלס מצורע (פרטי הנגעים שבו און — זיין טומאה), נאָר פאַרקערט — וועגן טהרתו, ער ווערט אויס מצורע, ער קען שוין אַריינקומען בתוך המחנה און ברענגען זיינע קרבנות וכו'טו — היינט פאַרוואָס זאָל די סדרה אָנגערופן ווערן „מצורע"טז?

[ואע"פ אַז נאָכדעם אין דער סדרה רעדט זיך וועגן נגעי בתים — איז ניט גלאַטיק: א) אין פשטות ווערן נגעי בתים ניט נכלל אינעם מובן הפשוט פון „מצורע"יז. ב) נאָך מער: ביי די נגעי בתים איז די הדגשה ניט אין די נגעים כשלעצמם (אַלס ענין בלתי רצוי), נאָר — ווי רש"י וואָס ענינו איז פשוטו של מקרא, ברענגט גלייך אַראָפּיח אויף „ונתתי נגע צרעת" — „בשורה היא להם שהנגעים באים עליהם לפי שהטמינו אמוריים כו' וע"י הנגע נותץ הבית ומוצאן",

משא"כ „מצורע" איז — אדרבה, לפי המבואר בפרש"י דאָ ובארוכה אין מדרשי חז"ל אויף תחלת פרשתנויט וועגן דעם חסרון און עונש פון אַ מצורע — אַז דאָס איז פאַרבונדן מיטן ענין פון לשון הרע וגסות הרוח].

אויך דאַרף מען פאַרשטיין וואָס מען געפינט צוויי שמות פון דער סדרה: מנהג ישראל (און אַזוי ווערט זי אָנגערופן אין טור ושו"עכ) איז צו רופן איר — „מצורע"; אָבער אין רס"גכא, פרש"יכב און רמב"םכג ווערט זי אָנגערופן — „זאת תהי'". וואָס איז דער טעם החילוק פון די צוויי שיטות?

ב. ויש לומר הביאור בזה:

בהקדים: איינע פון די יסודות האמונה איז — דער ענין פון שכר ועונש, ובלשון הרמב"םכד (אין פירוש המשניותכה): „היסוד הי"א כי הוא הש"י נותן שכר למי שעושה מצות התורה ויעניש למי שעובר על אזהרותי' וכי השכר הגדול העולם הבא והעונש החזק כרת כו'", און ווי ער איז מאריך בזה בספרו יד החזקה אין הל' תשובהכו;

תורה איז דאָך תורת חסד. איז מובן, אַז אויך די עונשי התורה זיינען ניט לשם עונש ח"וכז, נאָר — דער תיקון פאַרן נפש החוטאכח, וכמאמר רז"לכט „חייבי כריתות שלקו נפטרו ידי כריתתם". ועד"ז באַ עונש מיתת ב"ד, ווי72רז"לל זאָגן ביי עכן: „יעכרך ה' ביום הזה ביום הזה אתה עכור ואי אתה עכור לעוה"ב"לא,

אָבער באַ רוב עונשי התורה זעט מען ניט בגלוי אַז דאָס איז גאָר לטובתו של האדם, בחיים חיותו בעלמא דין בעוה"ז.

משא"כ באַ נגעי צרעת זעט מען דאָס בגלוי (כדלקמן ברמב"ם) — (און פון דעם עונש הנגעיםלב איז מובן אַז עד"ז איז באַ אַלע עונשי התורה).

ג. דער רמב"ם זאָגט בסוף הל' טומאת צרעתלג: „וזה השינוי האמור בבגדים ובבתים שקראתו תורה צרעת בשותפות השם אינו ממנהגו של עולם אלא אות ופלא הי' בישראל כדי להזהירן מלשון הרע שהמספר בלשון הרע משתנות קירות ביתו, אם חזר בו יטהר הבית אם עמד ברשעו עד שהותץ הבית משתנין כלי העור שבביתו כו' ואם עמד ברשעו עד שישרפו משתנין הבגדים שעליו, אם חזר בו יטהרו ואם עמד ברשעו עד שישרפו משתנה עורו ויצטרע ויהי' מובדל ומפורסם לבדו עד שלא יתעסק בשיחת הרשעיםלד שהוא הליצנות ולשון הרע"לה.

דאָס הייסט, דער אויבערשטער מאַכט אַ שינוי מיוחדלו אין דער בריאה „כדי להזהירן מלשון הרע". וואָס דערפאַר איז דער סדר, אַז דער אויבערשטער ברענגט עס (דעם שינוי) פריער אין די בתים און דערנאָך אויף די בגדים וכו', בכדי צו מזהיר זיין די אידן מן הקל אל הכבד צו זיין אָפּגעהיט פון לשון הרעלז.

73און אויך דער הסגר פון דעם מצורע עצמו, וואָס ווערט געטאָן אין אַן אופן ש"יהי' מובדל ומפורסם לבדו", „בדד ישב מחוץ למחנה מושבו"לח, איז מיט דער מטרה אַז דאָס זאָל אויף אים פועלן „שלא יתעסק בשיחת הרשעים שהוא הליצנות ולשון הרע".

ד. ועפ"ז י"ל אַז מהאי טעמא ווערט די פרשה אָנגערופן „תזריע": תזריע איז די התחלת הלידה פון חיים חדשים, כנ"ל ס"א (ע"ד ווי זריעה באַ תבואה ופירות — אַז דערפון זאָל נאָכדעם קומען אַ נייע צמיחה) —

אַזוי איז דער תוכן ענין הנגעים פון פ' תזריע: סיי דער נגע עצמו און סיי דער הסגר והחלט פון דעם מצורע וואָס ער איז „מובדל ומפורסם לבדו" זיינען ניט (נאָר?) בתור עונש והעדר הטוב פאַר דעם מצורע כנ"ל, נאָר פרטים און מיטלען אין דעם תיקון (אין דער היילונג) פון דעם מצורע, אַז ער זאָל אַריין אין אַ סדר פון חיים חדשים און ניט האָבן קיין שייכות מיט „שיחת הרשעים שהוא הליצנות ולשון הרע".

און וויבאַלד אַז ענינה של תורה איז — הוראה, איז מובן, אַז פון פרשת נגעים איז דאָ אַ הוראהלט אויף אַלע עונשי התורה, אַז ענינם איז אַ פעולה מיוחדת פון דעם אויבערשטן צו מתקן זיין דעם אידן, ער זאָל גיין בדרך הישר.

פאַרוואָס ווערט דאָס אָנגעוויזן און געזאָגט דוקא באַ מצורע?

היות אַז ער איז חשוב כמת (און בגילוי איז טומאת מצורע פון די טומאות הכי חמורותמ, זיין עונש — בדד ישב מחוץ למחנה מושבו — איז פון די עונשים הכי חמוריםמא).

און פון דעם לערנט מען אָפּ אויך בנוגע די אַנדערע עונשים, אַז זיי זיינען אַ התחלה ופרט פון דעם תיקון האדם,

אַזוי ווי דער ענין הנגעים, מיט די ימי הסגר והחלט, זיינען אַן ענין פון „תזריע" (אַז דער כמת זאָל ווערן אַ ברי' חדשה).

ה. ויש לומר, אַז פון דעם קומט אַרויס אויך אַ נפק"מ להלכה:

דעםמב דין באַ מצורע, אַז „כל ימי אשר הנגע בו יטמא כו' בדד ישב מחוץ למחנה מושבו"לח, קען מען מגדיר זיין אין צוויי אופנים — אַז דאָס איז אַ דין ע"ד ווי באַ אַנדערע טמאים (זבים וזבות וטמאי מתים) וועלכע טאָרן ניט זיין בתוך מחנה שכינה אָדער מחנה לוי', עד"ז דאַרף אַ מצורע, מצד חומר יותר בטומאתו, זיך געפינען מחוץ לג' מחנות, אויך מחוץ למחנה ישראל (ובמילא איז „בדד ישב גו'")מג; אָדער אַז די אזהרה „בדד ישב מחוץ למחנה" איז אַ דין מיוחד באַ מצורע דוקא, ניט (נאָר) פאַרבונדן מיט זיין טומאה, נאָר (אויך) מיט ענינו המיוחד ומשונה פון שאר הטמאים.

74לכאורה איז ביי מצורע דאָ צוויי באַזונדערע סוגי דין: א) דער דין כללי פון טמאים וועלכע שטייט אין פ' נשאמד: „וישלחו מן המחנה כל צרוע וכל זב וכל טמא לנפש". און דער טעם איז „ולא יטמאו את מחניהם"מה (צוליב די מחנות), וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט דער טומאה פון מצורע; און ב) דער ציווי „בדד ישב מחוץ למחנה מושבו" אַ דין מיוחד באַ מצורע, וואָס איז נוגע עם, לטהרתו (ניט (נאָר) אַלס הרחקה מהמחנות מצד טומאתו).

ויש לומר, אַז צווישן די צוויי דינים זיינען דאָ כמה נפק"מ, ומהם:

א) ביי דעם דין הכללי „וישלחו מן המחנה" איז נוגע די שלילה, ער זאָל ניט זיין אין דער מחנה („ולא יטמאו את מחניהם" (ובמילא — כשבטלו מחנות איז ער אויך דעמאָלט ניט במחנה)); משא"כ אין דעם דין „בדד ישב מחוץ למחנה מושבו" איז נוגע דער חיוב — אַז ער זאָל זיין בדד מחוץ למחנה — ובמילא אויב עס האָט זיך (מאיזו סיבה שתהי') ניט אויסגעפירט ביי אים דער ענין פון „בדד ישב מחוץ למחנה מושבו" — ווען ס'איז ניטאָ קיין מציאות פון מחנות כנ"ל וכיו"ב), דאַרף אויסקומען, אַז ער קען דעמולט ניט קומען לטהרתו. וכמבואר במ"אמו.

ב) מצד דעם דין, אַז ער דאַרף זיין מחוץ לג' מחנות, דאַרף אויסקומען, אַז די אזהרה „בדד ישב לבדו ישב שלא יהו טמאין אחרים יושבין עמו"מז איז בלויז שולל אַן אַנדער סוג טמאים (טמאי מת, זבים וזבות) אָבער ניט מצורעיםמח; דאָקעגן מצד דעם חיוב פון „בדד ישב", דאַרף זיין „בדד" אויך פון אַנדערע מצורעיםמט: דוקא דעמאָלט ווערט ביי אים נתקיים „ויהי' מובדל ומפורסם לבדו"נ, און נאָר אַזוי ווערט באַוואָרנט „שלא יתעסק בשיחת הרשעים" (משא"כ כשנמצא עם מצורעים ובפרט — רק עמהם — ה"ז פועל להיפך!).

ו. כשם ווי דאָס איז אין פשוטם של הענינים וע"ד ההלכה — אַז נגעים איז אַן אות און אַ וואָרנונג אָפּצוהיטן אַ אידן פון לשון הרע, און אַז אויב ער איז נאָך ווייטער אַריינגעצויגן געוואָרן אין דעם ביז אַז „משתנה עורו ויצטרע", ווערן געטאָן פעולות „בדד ישב גו'" אים צו היילן און אָפּשיידן פון שיחת הרשעים כו' —

עד"ז (און נאָך מער) איז עס מודגש בפנימיות הענינים:

ס'איז מבואר אין לקו"תנא, אַז דאָס וואָס ביי נגעים שטייטנב „אדם כי יהי' בעור בשרו גו'" — דער תואר אדם וואָס75איז דער שם המעלה פון אידן — איז ווייל דער ענין הנגעים איז שייך דוקא ביי איינעם וואָס איז במדריגת אדם, וועלכע איז אַ מדריגה גדולה, „שלימו דכולא".

און דער טעם דערפון איז, ווייל דער ענין הנגעים „בעור בשרו" ווייזט אַז דער רע וואָס איז גורם דעם נגע איז ניט בתוך אין (דער פנימיות פון) דעם מענטשן, נאָר ס'איז „פסולת" ורע וועלכע איז פאַרבליבן בלויז אין זיין חיצוניות — „בסוף לבושיו", און דערפאַר ווערט דערפון אַזוי אויך אין דעם מסובב (בדומה צו זיין סיבה) אַ נגע וואָס איז (נאָר) „בעור בשרו", בחיצוניות הגוף.

דערמיט איז דער אַלטער רבי אויך מבאר פאַרוואָס „מצות נגעים אינו נהוג בזמננו זה אחר החורבן מפני שאינן מצויין כללנג כו' אך מעשה נסים הם"נד —

היות אַז „אינו בנמצא בזמננו" אַזאַ מענש וואָס האָט אינגאַנצן ניט קיין רע בפנימיות, „שאף הצדיק והטוב עדיין הרע קצת בפנימיות", דערפאַר איז דער רע בזמננו ניט גורם קיין נגעים.

לפ"ז איז נאָך מער מוסבר דער טעם הנ"ל, אַז דער ענין הנגעים המבואר בפ' תזריע איז תוכנו אַן ענין פון „תזריע" — צוליב אַ הולדה חדשה ונעלה:

דעם מעשה נסים מאַכט דער אויבערשטער בכדי אַז אויך די חיצוניות ופסולת הרע זאָל נתברר ווערן באַ אידן.

ז. עפ"ז איז אויך מבואר דער שם פון דער צווייטער סדרה, „מצורע", כאָטש דאָרט רעדט זיך ניט ווי דער מצורע איז במצב של טומאה, נאָר ווי ער איז „ביום טהרתו":

דערמיט ווערט אַרויסגעבראַכט, אַז טהרת (ורפואת) המצורע (המבוארת בפ' מצורע) איז ניט קיין באַזונדער אויפטו, וואָס ווערט נתחדש (בלויז) מצד די פעולות וקרבנות וועלכע זיינען מבואר אין דער פרשה, נאָר דאָס אַלץ קומט בהמשך און אַלס מסובב פון די ענינים המבוארים בפ' תזריע.

בסגנון אחר: די פעולות שבפ' מצורע וואָס טוען אויף די טהרה (בפועל), זיינען (בלויז) ממשיך ומגלה דאָס וואָס האָט זיך שוין אויפגעטאָן אין דעם אדם דורך דער צרעת גופא, וכנ"ל אַז די רפואת האדם ברוחניות (וואָס דאָס איז די סיבת הצרעת) איז דורך דער צרעת והסגר („בדד ישב גו'").

און דעריבער ווערט די פרשה ניט אָנגערופן „ביום טהרתו" (וכיו"בנה) וואָס וואָלט אָנגעדייטעט אַז דוקא דאָ טוט זיך אויף טהרתו, נאָר דוקא „מצורע" וואָס ברענגט אַרויס אַז דאָס איז די תוצאה פון דעם ענין ה"מצורע" גופא.

ח. כשם ווי דאָס איז בנוגע אַ מצורע פרטי, עד"ז איז מובן בנוגע כללות עם ישראל, וואָס געפינענדיק זיך אין גלות זיינען אידן אין אַ מעמד ומצב פון „בדד ישב מחוץ למחנה מושבו"נו:

די*56 עבודה פון אידן בזמן הגלות איז אַן ענין פון „תזריע" — אַ זריעהנז והכרח76לצמיחה והתחלת הצמיחה בזמן פון דער גאולה. ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין תניאנח, אַז די גילויים דלעתיד זיינען „תלוי במעשינו ועבודתינו כל זמן משך. הגלות, כי הגורם שכר המצוה היא המצוה עצמה". ד.ה. אַז דאָס וואָס עס טוט זיך אויף לימות המשיח ותחיית המתים איז ניט קיין באַזונדער זאַך פון ענין הגלות, נאָר דאָס איז די „צמיחה", וואָס „וואַקסט אויס" פון עבודת ה"זריעה" בזמן הגלות.

און דאָס איז די הוראה פון די שמות הסדרות „תזריע־מצורע" בעבודת כל אחד:

אַ איד דאַרף לערנען תורה ומקיים זיין מצות מיט קבלת עול, ווייל אַזוי האָט דער אויבערשטער געהייסן.

קען ער טראַכטן אַז ס'איז קיין נפק"מ ניט כלל וואָס די עבודה טוט אויףנט,

— איז אויף דעם די הוראה, אַז (ביחד עם הנ"ל) איז אין „מעשינו ועבודתינו" פון זמן הגלות דאַרף דערהערט ווערן אַז דאָס איז אַן ענין פון „תזריע" וואָס ברענגט די „צמיחה", דעם גילוי פון משיח צדקנו; ובמילא, אַז די גילויים דלעתיד זיינען ניט קיין באַזונדער ענין, נאָר אַ המשך ותוצאה פון דער עבודה פון גלות (ע"ד „תזריע־מצורע", כנ"ל) — די צמיחה וואָס קומט פון דער עבודה אין גלות.

ט. אין דעם פאַרבונד פון דער עבודה בזמן הגלות (תזריע) מיט ביאת המשיח (מצורע) זיינען אָבער דאָ כמה אופנים: אע"פ אַז יעדער איד איז מאמין אין ביאת המשיח און איז „מחכה לביאתו", וואָס דאָס איז אַ יסוד פון די יסודות האמונה אין וועלכן אַלע אידן זיינען גלייך — קען אָבער זיין אַ חילוק אויף וויפל דאָס איז פאַרבונדן מיטן לימוד התורה וקיום המצות, מיט מעשינו ועבודתינו פון אַ אידן:

ער קען לערנען תורה און מקיים זיין מצות וויסנדיק אַז דאָס איז „תזריע", אַז דאָס ברענגט משיח'ן, אָבער צו „אים" (צו זיין עבודה) האָט דאָס ניט, ווייל — א) ניט צוליב דעם לערנט ער תורה און איז מקיים מצות. ב) אים אָרט ניט אַז די גאולה וועט זיין אין אַ שפּעטערדיקן זמן, אין אַ זמן שפּעטער (קריאת מצורע בשבוע בפ"ע) — ביז אַן אַנדער דור ח"ו. „ער" באַנוגנט זיך און איז צופרידן מיט דעם וואָס ער לערנט תורה, איז מקיים מצות און מאַכט די זריעה אויף דער גאולה.

אויף דעם איז די הוראה, אַז ברוב השנים זיינען די ביידע סדרות מחוברות, און אַ כלל גדול בתורה איז — שעל הרוב תדברס און אַ דין עיקרי בהלכה למעשה בפועל איז — אזלינן בתר רובאסא —

ד.ה. עס דאַרף זיין דער חיבור פון תזריע און מצורע, און אַזוי בשלימות, אַז — כמנהג ישראל אומעטום — אַז מ'פרעגט ביום ראשון פון דער וואָך (אָדער בשאר הימים) פון וועלכער וואָך, איז דער ענטפער בפשטות: פון פרשת תזריע מצורע,

זיין עבודה אין גלות דאַרף זיין דורכגענומען מיט דער שטענדיקער צפי'סב און שטרעבונג צו דער גאולה, אחכה לו77בכל יום שיבואסג. און וויבאַלד אַז אני נבראתי לשמש את קוניסד, דאָס איז די עבודה פון דעם אידן כל היום, דערהערט ער אין זיין קיום התומ"צ, אַז דאָס ברענגט און איז ממהר די גאולה*64.

יוד. אָבער דאָס גופא קען זיין אויף צוויי אופנים:

א) ער דערהערט ווי זיין עבודה, „תזריע", איז אַ זריעה וואָס וועט ברענגען די צמיחה, די גאולה, אָבער דאָס איז אין אַן אופן פון „זאת תהי'" בהויתו תהאסה — אַלס נאָך אַ זאַך, וואָס וועט זיין בנפרד; ער האַלט טאַקע באַ „אחכה לו בכל יום שיבוא" און די עבודה איז צוליב דעם „שיבוא" — באַ אים הערט זיך דאָס אָבער ווי נאָך אַן ענין, אַז דורך מעשינו ועבודתינו ברענגט מען אַראָפּ און מ'איז ממהר (אַ באַזונדער ענין) ביאת משיח צדקנו, ובפרט „זכו — אחישנה"סו.

ב) אַ העכערער אופן איז, אַז באַ אים איז „תזריע ומצורע" מחוברות — דער אחכה און קווינו כל היום צו דער גאולה וואָס ווערט נרגש בכל יום אין זיין עבודת „תזריע", איז ניט נאָר אַז יעדע זיין עבודה וועט גלייך גורם זיין „שיבוא", נאָר אַז די גאולה העתידה איז איין זאַך מיט תוכן עבודתו („תזריעמצורע" ווערן איין פרשה) — ווייל ביאת המשיח איז די צמיחה ובמילא די שלימות פון זיין זריעה:

ויש לקשר זה דערמיט וואָס דער ענין פון משיח'ן איז וואָס דעמולט וועט זיין די שלימות אין תורה און די שלימות אין מצות, תשבי יתרץ קושיות ואבעיותסז משיח יגלה טעמי תורהסח כו' ילמד תורהסט, וכו'

כולל — בלשון הרמב"םע: המלך המשיח עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות דוד ליושנה לממשלה הראשונה ובונה המקדש ומקבץ נדחי ישראל וחוזרין כל המשפטים בימיו כשהיו מקודם, מקריבין קרבנות ועושין שמטין ויובלות ככל מצותה האמורה בתורה".

ווי מבואר במ"אעא אַז דערמיט גיט דער רמב"ם אַרויס אַ הלכה, אַז דער גדר פון משיח'ן איז, וואָס ער ברענגט צוריק די שלימות הלכות ומצות התורה. און דאָס זאָגט דער רמב"ם: די אַלע ענינים וואָס האָבן געפעלט אין דער שלימות פון קיום התומ"צ (מצד דעם וואָס עס האָט געפעלט אין שלימות כל ישראל וביהמ"ק — וואָס דאָס איז כללות ענין הגלות) — ווערט נשלם דורך משיח'ן. און אויך אין דעם באַשטייט וואָס משיח איז מחזיר „מלכות בית דוד ליושנה כו' וחוזרין כל המשפ־78טים" — ער ברענגט צוריק די שלימות הלכות ומצות התורה.

און וויבאַלד אַז די חפצא (תורה ומצות) איז דאַן בשלימות, וועט דעמאָלט אויך דער קיום מצד הגברא זיין בשלימות וואָרום „ינוחו ממלכיות שאינן מניחות להם לעסוק בתורה ומצות כהוגן"עב און „יהיו פנויין בתורה וחכמתה"עג. נאָכמער: „ובאותו הזמן לא יהי' שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות כו' ולא יהי' עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד כו'"עד.

און אין דעם באַשטייט די אמונה אין ביאת המשיח און דער „מחכה לביאתו" וואָס דער רמב"ם זאָגט בהמשך להנ"לעה: דער לימוד התורה און דער קיום המצות איז דורכגענומען מיט דער אמונה אַז דאָס ברענגט אים און די גאַנצע וועלט צו דער שלימות לימוד וידיעת התורה, פון מצות וקיומן און צו דער שלימות פון ידיעת הבורא — אין דעם באַשטייט דער „מחכה לביאתו" כנ"ל.

יא. עפ"ז יש לומר אַז דאָס איז איינער פון די טעמים וואָס בדורות הראשונים האָט די סדרה געהייסן „זאת תהי'" און דוקא בדורות האחרונים ווערט זי גערופן „מצורע" (כנ"ל סוף ס"א)עו:

בדורות הראשונים, וועלכע זיינען געווען ווייטער פון זמן הגאולה, האָט זיך די גאולה אָנגעהערט אין אַן אופן פון „זאת תהי'" — אַן ענין וואָס וועט זיין בעתיד, בנפרד; ובמילא, איז די עבודה ניט געווען דורכגעדרונגען עד כ"כ מיט דעם הרגש, אַז דער קיום התומ"צ גופא קומט גלייך לשלימותו אויך בעולם,

אָבער אין די דורות האחרונים, וועלכע ווערן אָנגערופן „עקבתא דמשיחא", הערט זיך ביי אידן אַ סך מער דער ענין פון משיח'ן, און דערפאַר ווערט די סדרה אָנגערופן בדורות אלו מיטן נאָמען „מצורע" — אידן הערן און פילן, ופשיטא אַז מזלייהו חזי — אין זייער עבודה אַז אָט־אָט קומט משיח, ובמילא — המעשה הוא העיקר — מוז מען נאָך מער מוסיף זיין אין תומ"צ, די וועלט זאָל קומען לשלימותה וואָס שנעלער און מקיים זיין מצות „כמצות רצונך"עז בביאת משיח צדקנו אין דעם ביהמ"ק השלישי.

יב. ע"פ הנ"ל (סעיף ו), יש להמתיק עוד יותר, וואָס דוקא בדורות האחרונים ווערט די סדרה אָנגערופן „מצורע":

כשם ווי דאָס איז ביי אַן אדם פרטי, אַז דוקא דער ענין פון נגעים („מצורע") ווייזט אויף אַן אדם השלם „שמוכשרין מעשיו ותיקן כל הדברים והבחי' שלמעלה"עח, ס'איז נאָר אַז די בחי' „התחתונה שבו לא נתברר הרע והפסולת ממנו"עח, און דערפאַר ווערן נולד סימנים גשמיים נאָר בעורו, לרמז, אַז נאָר „בסוף לבושיו" איז געבליבן פסולת וואָס איז נאָך ניט נתברר געוואָרן —

עד"ז איז בנוגע לכללות עם ישראל: וויבאַלד אַז בדורות האחרונים פון79עקבתא דמשיחא האַלט מען גאָר נאָענט צו ביאת המשיח, דערפאַר פילט מען איצט דעם תוכן נעלה פון בחי' „מצורע", כנ"ל, אַז די פנימיות פון כלל ישראל איז שוין נתברר געוואָרן (דורך דער עבודה פון אידן במשך כל הדורות), און עס איז געבליבן אויף צו מברר זיין נאָר די פסולת און חיצוניות פון „סוף לבושיו".

יג. ע"פ הנ"ל איז אויך מובן וואָס מ'געפינט אין סנהדריןעט, אַז אליהו האָט געזאָגט צו רבי יהושע בן לוי אַז משיח „יתיב ביני עניי סובלי חלאים", און רש"י איז מפרש: „מנוגעים והוא נמי מנוגע"; אויך — די שקו"ט אין גמראפ וועגן שמו של משיח און לדעת רבנן „חיוורא דבי רבי שמו (מצורע של בית רבי — רש"י) שנאמרפא אכן . . חשבנוהו מנוגע גו'".

איז לכאורה תמוה: ווי קומט עס, אַז משיח זאָל אָנגערופן ווערן „מנוגע" און „מצורע"?

בשלמא דאָס וואָס משיח ליידט יסורים בכלל („ביני . . סובלי חלאים") קען מען פאַרשטיין, ווי רש"י הנ"ל אין גמרא ברענגט דעם פסוקפב „והוא מחולל מפשעינו וכתיבפא חליינו הוא נשא", ועד"ז ברענגען די רבנן אין גמרא די ראי' אויפן נאָמען פון דעם פסוק הנ"ל — וואָס איז אָבער דער דיוק און דער תוכן פון דעם ענין הנגעים של משיח?

וע"פ הנ"ל י"ל הביאור אים דעם*82: נגעים ברענגען אַרויס דעם מצב פון אידן אין זמן פון עקבתא דמשיחא, אַז ס'איז דאָ די „התבררות הרע" אין פנימיות הגוף והנפש (פון כלל ישראל) און ס'איז געבליבן רע נאָר בחיצוניות, אַזוי אַז מ'האַלט שוין באַ דעם מצב פון „זכו".

— ועפ"ז איז מובן אויך דער ענטפער פון משיח צו ריב"לסו (אויף זיין שאלה „לאימת אתי מר") „א"ל היום", און די הסברה פון אליהו „הכי אמר לך היוםפג אם בקולו תשמעו":

כלל בתורה — אין מקרא יוצא מידי פשוטופד, מען מיינט ניט שולל זיין דעם פירוש הפשוט פון „היום" וואָס משיח האָט געזאָגט, אַז היום איז אַ מצב פון „זכו" און מ'איז ראוי ער זאָל קומען „היום", נאָר מען איז מסביר, אַז דאָס וואָס „לא אתא" איז ווייל עס האָט געפעלט די שלימות פון „בקולו תשמעו", דער גמר הבירור פון חיצוניות הרע —

ובפרט בדורותינו אלו, אַז אידן הערן און פילן אַז משיח איז „הנהפה זה עומד אחר כתלינו"פו; און נאָכמער: דער כותל האָט שוין „חלונות" און „חרכים", און נאָכמער: משיח איז „משגיחפה מן החלונות מציץ מן החרכים" — ער איז „משגיח" און קוקט אויס, ווען מיר וועלן שוין פאַרענדיקן די „פכים קטנים", „צופּוצן די קנעפּלעך"פז און פאַרענדיקן דעם בירור „שבסוף לבושיו" —

וואָס דעמאָלט קומט משיח תיכף ומיד, „ארופח עם ענני שמיא כבר אינש80אתה", ער קומט באופן פון אחישנה וואָרום ס'איז אַ מצב פון „כולו זכא דכתיבפט ועמך כולם צדיקים לעול יירשו ארץ"סו,

פון דעם „וזרעתי לי בארץ"צ — נה, „הבאיםצא ישרש יעקב" — ווערט דער באי „יציץצא ופרח ישראל ומלאו פני תבל לם תנובה", בקרוב ממש.

(משיחות ש"פ תזריע. תשמ"א,

ש"פ תזו"מ תשמ"ב)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-6mpt9pst

Copies

Recent activity

#195 Likkutei Sichos vol 22: machine reading · approved
#138 Likkutei Sichos vol 22: machine reading · closed

Sources