English
ספרייה

לקוטי שיחות

ויחי ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

261ויחי —

' ב

א. אויף „וישאו אותו בניו"א איז רש"י מפרש: „ולא בני בניו וכו' שהם מבנות כנען וכו'" (ד. ה. אַז די בני יעקב האָבן חתונה געהאַט מיט כנעניות). אָבער אין פ' וישבב, אין זיין פי' אויף „וכל בנותיו" לערנט רש"י אַז אין דעם איז דאָ אַ מחלוקתג: „ר' יהודה אומר אחיות תאומות נולדו עם כל שבט ושבט ונשאום. ר' נחמי' אומר כנעניות היו, אלא מהו וכל בנותיו כלותיו, שאין אדם נמנעד מלקרוא לחתנו בנו ולכלתו בתו". קומט אויס אַז דעם פּשט פון אונזער פּסוק, לערנט רש"י לפי שיטת ר"נה אַז „כנעניות היו"ו.

איז ניט מובן; דער דיוק „בניו — ולא בני בניו" איז דאָך אין לשון הפּסוק, מוז דאָך דאָס שטימען לויט אַלע שיטות שבתושבע"פּ, אויך לויט שיטת ר"י, אַז די שבטים האָבן חתונה געהאַט מיט זייערע „אחיות תאומות" און ניט מיט קיין כנעניות [ובפרט אַז ר"י'ס פּירוש איז דער (ערשטער — בפרש"י — ד. ה. דער) עיקר'דיקער פון רש"י'ס צוויי פּירושים אין פּרשת וישב] — און וויבאַלד אַזוי, פאַרוואָס טייטשט רש"י ניט אויס אין וואָס עס באַשטייט דער טעם פון „ולא בני בניו" לפי דעת ר' יהודה ?

דאַרף מען זאָגן אַז דאָס גופא לערנט אונז, אַז די ווערטער „וישאו אותו בניו" פאָדערן פּירוש בלויז לדעת ר"נ ; דאַקעגן262לדעת ר"י איז גאָר ניט נויטיק קיין פּירוש — ווייל דער פּשט איז שוין מובן פון אַ פריערדיקן רש"י'ס פּי' (אין פ' וישב).

ב. לערנענדיק דעם פּרש"י אין פ' וישב קומט אויס, בהשקפה ראשונה, אַז דער יתרון אין דעם ערשטן פּי' „אחיות תאומות נולדו כו'", באַשטייט דערין וואָס לויט אים ווערט דער וואָרט „בנותיו" געטייטשט כפּשוטו — זיינע טעכטער; און די מעלה אינעם צווייטן פּי' „בנותיו — כלותיו" איז, וואָס לויט אים דאַרף מען ניט אָנקומען צום גרויסן חידוש אַז יעקב האָט געהאַט אַ סך טעכטער — אַ זאַך וואָס ווערט גאָרניט דערמאָנט אין גאַנץ חומש ונביאים וכתובים!

[ובפרט, ווען מיר געפינען, אַז אין ענלעכע פאַלן איז פאַראַן אין תורה לכל הפּחות אַ רמז דערויף — אויף די דריי תאומות וואָס זיינען געבאָרן געוואָרן מיט קין און הבל, איז דער פּסוק מרמז דורך צוגעבן (דריי מאָל) דעם וואָרט „את"ז; אויך די תאומה פון בנימין'ען (לויט „ורבותינו דרשו") ווערט נרמז דורכן וואָרט „גם"ח — וואָס דער פּסוק איז דאָרט מוסיף. און וויבאַלד ביי די אַלע אַנדערע שבטים געפינען מיר ניט קיין שום רמז (אויסער שמעון, ביי וועמען ס'שטייט0 „ויתן לי גם את זה")י, האָבן מיר דאָך דערפון גופא אַ263באַווייז, אַז זיי האָבן ניט געהאַט צו זיך קיין תאומותיא ].

אָבער לויט דעם פּשט איז ניט פאַרשטאַנדיק:

264א) מ'האָט שוין גערעדטכב וועגן דעם חילוק צווישן שיטת ר"י און שיטת ר"נ, אַז ר"י שטעלט דעם הויפּט־דגש אויפן כללות הענין — ער איז מפרש דעם פּסוק אין הסכם מיט כללות ענין המדובר, ניט קוקנדיק וואָס דער פּירוש איז צוליב דעם ניט אַזוי מתאים מיטן פּרטיות'דיקן אויסטייטש פון וואָרט. דאָקעגן ר"נ זוכט בעיקר אַז דער פּירוש זאָל שטימען מיטן פּרטיות'דיקן וואָרט, הגם אַז דורך דעם וועט ער ניט אינגאַנצן זיין אויסגעהאַלטן מיטן כללות ענין הפּרשה.

— לפי ביאור הנ"ל קומט דאָך אָבער אויס אַז בנדו"ד איז דער חילוק צווישן זיי אין אַ פאַרקערטן אופן: ר"י'ס פּי' שטימט מער מיטן טייטש פון וואָרט „בנותיו", און ר"נ'ס פּירוש איז מער מתאים מיט כללות תוכן הפּרשה (אין סדרה ויצא) וואו עס געפינט זיך ניט קיין רמז אַז יעקב זאָל האָבן געהאַט נאָך קינדער117).

ב) אין פ' וישלח, אויף „כי גם זה" (בנוגע לידת בנימין) זאָגט רש"י (אין זיין פּי' „ורבותינו דרשו"); „עם כל שבט נולדה תאומה ועם בנימין נולדה תאומה יתירה". איז דאָך ניט מובן ; וויבאַלד רש"י נעמט אָן, אין פ' וישב, אַז „אחיות תאומות נולדו" איז זייער ניטגלאַטיק [ביז אַז ס'איז ביי אים רעכט צוליב דעם — צוגעבנדיק אַ צווייטן פּירוש — אַרויסצונעמען דעם וואָרט „בנותיו" פון זיין פּשטות'דיקן טייטש ] — איז דאָך מכ"ש אַז אין פ' וישלח [וואו ס'איז לכאורה ניטאָ קיין הכרח צו מחדש זיין אַז יעקב האָט געהאַט נאָך קינדער אויסער די דערמאָנטע אין דער תורהיד ] האָט ער געדאַרפט מפרש זיין (לכה"פּ — ווי אַ צווייטן פּירוש) אַז בלויז מיט בנימין'ען איז געבאָרן געוואָרן אַ (איינציקע) תאומה און ניט מיט די אַנדערע ברידער?

ג) פאַרוואָס נויטיקט זיך רש"י, אין דער באַוואָרעניש פון „וכל בנותיו", צוצוגעבן אין זיין ערשטן פּי' דעם וואָרט „ונשאום" — דער פּשט פון „בנותיו" ווערט דאָך שוין רעכט דערמיט וואָס „אחיות תאומות נולדו וכו'"? און אַזוי זיינען אויך לכאורה איבעריק די ווערטער „כנעניות היו" לויטן צווייטן פּי' — אויב „כלותיו" ווערן גערופן „בנותיו",265וואָס איז דאָ נוגע ווער די „כלותיו" זיינען געווען, כנעניות אָדער ניט?

ד) וויבאַלד אַז דער גאַנצער טעם וואָס דער צווייטער פּירוש איז מחולק אויפן ערשטן איז עס צוליבן דוחק אינעם אויפטו פון „אחיות תאומות נולדו", האָט דאָך דער צווייטער פּירוש געדאַרפט שולל זיין דעם חידוש בפירוש, און זאָגן אַז מיט די בני יעקב זיינען קיין אחיות תאומות ניט געבאָרן געוואָרןטו?

ג. איז דער ביאור אין דעם;

אין די ווערטער „וכל בנותיו" וואָס רש"י שטעלט זיך אויף זיי, זיינען קשה צוויי זאַכן; (א) דער פּשט פון די ווערטער גופא — ביי יעקב'ן איז דאָך געווען בלויז איין (צווייי) טאָכטער (און אפילו לויט „ורבותינו דרשו" — נאָר צוויי (צי דרייי) טעכטער), טאָ ווי פּאַסט דאָ דער לשון „וכל בנותיו", וואָס באַדייט אַ גרעסערע צאָליז ? און (ב) פאַרוואָס ווערן דערמאָנט „כל בנותיו" בלויז, און ס'ווערט ניט דערציילט וועגן יעקב'ס שניר, וואָס אויך זיי זיינען געוויס געקומען אים מנחם זייןיח?

און די ביידע קשיות פאַרענטפערט רש"י בפּירושו; א) „אחיות תאומות נולדו עם כל שבט ושבט" — וואָס דערמיט ווערט רעכט דער לשון „וכל בנותיו" ; ב) „ונשאום" — און דאָס גיט צו פאַרשטיין פאַרוואָס עס ווערן דערמאָנט בלויז („בניו" און) „בנותיו" און ניט (חתניויט און) כלותיו.

266און דאָס וואָס רש"י גיט דערנאָך צו אַ צווייטן פּירוש, איז דאָס ניט מחמת דער שוועריקייט אין ערשטן ענין (וואָס מ'געפינט ניט קיין רמז בנוגע די תאומות פון די שבטים ווי ביי די תאומות פון קין והבל) — וואָרום דאָס איז נאָך ניט אַזאַ שטאַרקע קשיא אַז מ'זאָל צוליב דעם טייטשן (ווי אין צווייטן פירוש) דעם וואָרט „בנותיו" ניט כפּשוטו — נאָר ווייל אים איז שווער דער צווייטער ענין „ונשאום";

ס'איז דאָך ידועכ אַז די אבות האָבן אָפּגעהיט אַלע מצות התורה, הגם זיי האָבן דערויף קיין ציווי ניט געהאַט. און וויבאַלד אַז עס שטייטכא (ביי אברהם'ען) „למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו", איז די סברא מחייב, אַז אויך באַ יעקב'ן איז געווען „יצוה את בניו" און די בני יעקב — לכה"פּ זייענדיק בסמיכות מקום צו יעקב'ןכב — האָבן אָפּגעהיט אַלע מצותכג. דעריבער איז שווער צו זאָגן אַז זיי האָבן חתונה געהאַט מיט אַ שוועסטער מן האב, ווי־267באַלד אויך אחיות מן האב זיינען נאסר געוואָרן ביי מתן תורהכד.

ברענגט דערפאַר רש"י אַ צווייטן פּי'; „כנעניות היו" — אַז די שבטים האָבן חתונה געהאַט ניט מיט זייערע שוועסטער, נאָר מיט „כנעניות"כח. נאָר לויט דעם ווערט דאָך שווער פאַרוואָס שטייט אין פּסוק נאָר „בטתיו" און דערמאָנט ניט כלותיו? אויף דעם זאָגט רש"י אַז „בנותיו" מיינט (אויךכד) כלותיו.

דערמיט וועט אויך ערקלערט ווערן די איינשטימיקייט אין נאָך אַ פּרטכא — פון די פּירושים פון ר' יהודה און ר' נחמי' בנדו"ד, מיט זייער שיטה בכמה מקומות אין פּירוש הכתובים; מ'געפינט בכמה מקומותכח, אַז ר"י טייטשט איין דעם פּשט פון פּסוק לויט ווי ס'איז משמע פון דער פּרשה גופא, אפילו ווען דער פּי' דריקט אויס אַ מינערונג ב"כבודם של ישראל". און אַזוי לערנט ער אויך דאָ, לויט ווי ס'איז קענטיק פון דעם המשך הפּרשה — ניט געקוקט וואָס דאָס מיינט אַז די שבטים האָבן ניט אָפּגעהיט דעם שפּעטערדיקן איסור פון אחיות. דאַקעגן ר"נ האַלט זיך ניט אָפּ פון איינלערנען אַ דוחק אין פסוק, אום צו פאַרהיטן כבודם של ישראל; און מהאי טעמא לערנט ער „בנותיו — כלותיו", בכדי עס זאָל ניט אויסקומען אַז די בני יעקב האָבן פאַרפעלט אין דער אָפּהיטונג פון די תרי"ג מצות.

268ד. עס פאָדערט זיך אָבער נאָך אַלץ ביאורכח; ס'איז מובן אין פּשטות, אַז דאָס וואָס רש"י זאָגט אין פ' וישלח „עם כל שבט נולדה תאומה ועם בנימין פו'" — איז בהנוגע „כל שבט" לערנט ער דאָס ניט אָפּ פון „כי גם זה", אויף וואָס ער שטעלט זיך — וואָרום אָט־די ווערטער באַציען זיך אויסשליסלעך צו לידת בנימין און האָבן ניט צו טאָן מיט לידת כל שבט — מוז מען אָננעמען אַז דאָס וואָס „עם כל שבט נולדה תאומה", איז שוין אַ דבר ידוע; און דאָס וואָס רש"י דערמאָנט דאָ אַז „עם כל שבט כו'" איז נאָר בכדי צו אויפקלערן; אַז דער „גם" וואָס שטייט (בלויז) ביי בנימין'ען, איז מרבה אַ „תאומה יתירה" — אַז מיט אים איז געבוירן געוואָרן אַ תאומה מער ווי ביי דער לידה פון די אַנדערע שבטים.

איז ניט מובן ;

א) פון וואַנען איז עס טאַקע אַזוי פּשוט (נאָך איידער מען איז צוגעקומען צו לערנען דעם ענין פון „וכל בנותיו" און דעם הכרח שמזה, כנ"ל) אַז „עם כל שבט נולדה תאומה"?

ב) און אויב ס'איז שוין יע פּשוט, האָט דאָך רש"י ביי די ווערטער „וכל בנותיו" געדאַרפט ריידן נאָר וועגן דעם פּרט שמחדש, אַז די שבטים האָבן חתונה געהאַט מיט די אחיות תאומות (בכדי צו פאַרענטפערן פאַרוואָס עס שטייט בלויז „וכל בנותיו") ? ; און נאָכמער — פון רש"י'ס לשון „אחיות תאומות נולדו כו'" איז מוכח, אַז דאָס ווערט דאָ געזאָגט ווי אַן אויפטו, אַ חידוש.

ה. איז דער ביאור אין דעם;

בשעת ס'איז געקומען די צייט פון יצחק'ן צו חתונה האָבן, האָט אברהם באַשוואָרן אליעזר'ן „לא תקח אשה לבני מבנות, הכנעני"80). דאָס זעלבע האָט דערנאָך יצחק אָנגעזאָגט יעקב'ן „לא תקח אשה מבנות כנען"81), און נאָך שטאַרקער האָט דאָס רבקה אונטערשטראָכן: „קצתי בחיי גו' — אם לוקח יעקב אשה מבנות חת גו' למה לי חיים"82).

אָבער ביי די בני יעקב געפינט מען ניט ערג־וואו אין דער תורה, אַז זיי זאָלן האָבן צוליב דעם צוועק געגאַנגען פון זייער דעמאָלטיקן וואוינאָרט כנען, צו אַן אַנדער לאַנד, אָדער אַז זיי זאָלן האָבן געשיקט שלוחים צוליב דעם (כשם ווי די תורה דערציילט וועגן אברהם און יעקב). לויט דעם דאַרף מען דאָך אָננעמען אין פּשטות, אַז זייערע פרויען זיינען געווען מבנות כנען88).

269אָבער אַזוי איז דאָך שווער צו זאָגן; ווי קען מען באַחויפּטן אַז די שבטים האָבן חתונה געהאַט מיט בנות כנען, ווען דאָס איז געווען אַזוי אָפּגעפרעגט ביי די אבותלד? אשר ע"כ איז משמע בפּשטות, אַז די שבטים האָבן געהאַט שוועסטער און מיט זיי חתונה געהאַטלח. הייסט עס דאָך: דער פּשוט'ער סיפּור הענינים לערנט און לאָזט אונז וויסן דעם עצם ענין, אַז זיי האָבן געמוזט האָבן270שוועסטער מיט וועמען זיי האָבן חתונה געהאַט*8).

[דוגמא לדבר (אף שאינו הוא הדבר ממש) — ניט דער פּסוק און אפילו אויך ניט רש"י דערמאָנען מיט וועמען האָבן חתונה געהאַט די „בנים ובנות" פון אדם הראשון].

פונדעסטוועגן, בשעת עס קומט צום פּסוק „וכל בנותיו" דאַרף רש"י זאָגן „אחיות תאומות נולדו . . ונשאום" (הגם ס'איז אַ דבר הפּשוט כנ"ל) ; נאָך מער; ער ברענגט אויך אַ צווייטן פּי' „כנעניות היו" — און דאָס איז ווייל פון לשון הפּסוק „וכל בנותיו" איז משמע אַז די שבטים האָבן חתונה געהאַט מיט אַנדערע פרויען (כדלהלן סעיף ו').

ו. פונעם לשון הפּסוק „וכל בנותיו" איז משמע אַז ער איז מרבה אַזוינע בנות וואָס ווען עס שטייט נאָר „בנותיו" וואָלטן זיי ניט נכלל געוואָרן — עס זיינען געווען מער ווי איין סוג בנות. איז די שאלה; וואָס פאַראַ פאַרשידענע271סוגים זיינען שייך אין בנותלז?

דאָס וואָס עס שטייט „כל בניו" איז מובן — דאָס מיינט אַז אַלע זין, אויך יענע וואָס האָבן פאַרקויפט יוסף'ן, זיינען געקומען טרייסטן יעקב'ן. פאַרוואָס שטייט אָבער דער אויסדרוק „וכל" ביי די בנות?

מוז מען דעריבער זאָגן, אַז „בנותיו" דאָ מיינט אויך „כלותיו", און אַז דאָס מיינט אַזעלכע וואָס זיינען ניט בנותיו (ד.ה. אַז די שבטים האָבן חתונה געהאַט מיט כנעניות88), ניט מיט זייערע שוועסטער), און זיי איז דער פּסוק מרמז און כולל אין „וכל בנותיו" ; צוויי סוגי בנות — טעכטער ממש און אַזעלכע וואָס זיינען אַזוי ווי טעכטער — כלותיו.

און דערפאַר לערנט רש"י אין „וכל בנותיו" צוויי פּירושים — „ר"י אומר אחיות תאומות נולדו כו' ונשאום; ר"נ אומר כנעניות היו" — ווייל ר"י, וואָס זיין שיטת הלימוד איז צו אָפּשטעלן זיך בעיקר אויף כללות הענין, לערנט ער דעריבער אַז די שבטים האָבן חתונה געהאָט מיט זייערע שוועסטער, וויבאַלד אַז פון כללות הפּרשיות (וואָס דערציילן צוויי מאָל — ובפירוש און באריכות — אַז מ'זאָל גיין זוכן אין אַן אַנדער לאַנד אַבי ניט „בנות הארץ") איז שווער צו אָננעמען דעם אַנדער מעגליכן אופן (אַז זיי האָבן חתונה געהאַט מיט כנעניות) ; און ר"נ, וויבאַלד ער שטעלט זיך אָפּ בעיקר אויפן פּרט, אויפן וואָרטלט, לערנט ער „כנעניות היו", וואָרום דערמיט איז מדוייק דער לשון פון די פּרטיות'דיקע ווערטער „וכל בנותיו".

ז. עפּ"י הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס „וישאו אותו בניו" פאָדערט אַ פּירוש בלויז לדעת ר"נ און ניט לדעת ר"י;

רש"י'ס דיוק „בניו ולא בני בניו" איז ניט פונעם עצם וואָרט „בניו", ווייל דער באַדייט פון „בנים" קען אין זיך אַרייננעמען אויך בני בניםמ; און ווי ס'איז אויך פאַרשטאַנדיקמא פון דעם וואָס רש"י זאָגט דאָ אויפן אָרט, אַז אויך272מנשה ואפרים האָבן געטראָגן יעקב'ס ארון — און געווען זיינען זיי דאָך בני בניו של יעקב. רש"י'ס הכרח איז פון דעם וואָס דער וואָרט „בניו" איז בכלל איבעריק: נאָכדעם ווי דער פּסוק דערציילט שוין פריער „ויעשו בניו לו כן כאשר צום" וואָלט דאָס שוין גענוג געווען צו פאַרשטיין אַז „וישאו אותו ארצה כנען גו'" מיינט עס „בניו" (אויך אָן דעם וואָרט „בניו").

וויבאַלד אָבער דער פּסוק חזר'ט איבער דעם וואָרט „בניו" נאָכאמאָל, איז רש"י מדייק, אַז דאָס ווערט געזאָגט לשם הדגשה; דווקא בניו — און דערמיט מיינט ער צו שולל זיין „בני בניו" וועלכע זיינען די קינדער פון בנות כנען.

דער דיוק אָבער איז בלויז לויט ר"נ וואָס שטעלט זיך אָפּ בעיקר אויפן פּרטיות'דיקן וואָרט. דאַקעגן לדעת ר"י, וויבאַלד ער שטעלט דעם הויפּט־גש אויף דעם ענין בכללותו, פאָדערט זיך במילא ניט (אויף אַזוי פיל) קיין הסברה אויף דער איבער'חזר'ונג פון וואָרט „בניו"; און וויבאַלד אַז מצד דעם כללות הענין קומט אויס אַז אויך בני בניו האָבן געטראָגן דעם ארון — וואָרום לדעתו (אַז די בני בנים זיינען געבאָרן געוואָרן פון זיינע טעכטער) איז ניטאָ קיין סברא זיי צו שולל זיין — לערנט ער דערפאַר אַז דער איבער'חזר'ן „בניו", איז דאָס ליתר ביאור וכיו"ב, און ווי אין אָנהייבס קאַפּיטל: ויפול יוסף גו' ויצו יוסף. ובכמה מקומות.

ח. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין; וויבאַלד אַז לאחרי מ"ת זיינען נאסר געוואָרן אויך אחיות מן האבמב, האָט מען דאָך געקענט לכאורה זאָגן אויך לדעת ר"י, אַז יעקב'ס אָנזאָג „אל ישאו מטתי לא אחד מבניכם" איז געווען מחמת דעם טעם וואָס זיי זיינען געווען קינדער פון אַזאַ חיתון וואָס ער, יעקב, האָט עס אויף זיך געהאַט אָנגענומען ווי אַן איסור (עריות) ?

אמת טאַקע, אַז לגבי די שבטים גופא, וויבאַלד זיי האָבן אויף זיך ניט מקבל געווען די אָפּהיטונג פון כל התורה עד שלא ניתנה, הייסט עס ניט אַז זיי זיינען באַגאַנגען אַן איסור דורך זייער חתונה האָבן מיט די אחיות; ובמילא איז שוין אויך ניט געווען קיין חסרון אין זייערע קינדער מצד דעם — איז עס אָבער דאָך ניט מספּיק צו פאַרענטפערן לפי שיטת ר"י, ווייל

אויך לדעת ר"נ האָבן די בני יעקב, דורך זייער מתחתן זיין זיך מיט די כנעניות, ניט געטאָן קיין איסור — און פונדעסטוועגן לערנט רש"י (לדעת ר"נ) אַז יעקב האָט אָנגעזאָגט „אל ישאו מטתי לא אחד מבניכם שהם מבנות כנען"; מוז מען דאָך אָננעמען, אַז טראָץ דעם וואָס פאַר זיך, איז דער חיתון מיט די כנעניות ניט געווען פאַרבונדן מיט קיין איסור, איז עס אָבער באַ יעקב'ן געווען אַ טעם אַז זייערע קינדער זאָלן ניט זיין ראוי צו טראָגן זיין ארון.

— קען מען דאָס זעלבע זאָגן (און מיט אַ כל־שכןמח) לפי שיטת ר"י, אַז זייענדיק קינדער פון אח ואחות, האָט עס אַוודאי געקענט באַטראַכט ווערן ווי אַ חסרון בעיני יעקב. בלייבט די קשיא: פאַרוואָס וויל רש"י ניט לערנען אַז אויך273לשיטת ר"י האָט יעקב מקפיד געווען אַז בלויז „בניו" זאָלן זיין די נושאי המטה?

נאָר אין אמת'ן איז עס עפּ"י דרך הפּשט גאָר קיין קשיא ניט, ווייל אין דעם פאַל וואו ס'איז ניטאָ קיין איסור חיתון — ניט ביי כנעניות און ניט ביי אחיות — קען מען זיי כלל ניט פאַרגלייכן; און דער אונטערשייד צווישן זיי איז באופן הפוך מהנ"ל; דוקא דער חיתון מיט בנות כנען איז אַ זאַך וואָס איז אַ פּגם, אַ חסרון, ווייל כנעניים זיינען פאַר זיך אַליין ניט ראוי זיך צו מתחתן זיין מיט זיי מצד דעם וואָס „ארור כנען"מד (אויך אָן אַן איסור דערביימג) ; משא"כ ביי אח ואחות איז דאָס אָפּגעפרעגט נאָר ווייל די תורה האָט עס פאַרבאָטן, און דעריבער איז בעצם אין דעם ניט געווען קיין שום פּגם וחסרון אין יענעם זמן פאַר מתן תורהמ, וועט אָטדער ציווי איז נאָך ניט געקומען.

ט. ומיינה של תורה וואָס איז בפּירוש רש"י;

בפּנימיות הענינים איז דאָ נאָך אַלץ ניט מובן; פון דעם גופא וואָס די אבות האָבן אָפּגעהיט אַלע תרי"ג מצות אויך פאַר מ"ת, איז דאָך פאַרשטאַנדיק לכאו', אַז אויך דעמאָלט האָבן די שפּעטערדיקע איסורים געהאַט אַן אָרט — עכ"פּ אַ שמץ, בדקות דדקות. אשר על כן איז דאָך ווידער פאַראַן אַן אָרט צו זאָגן (אויך לדעת ר"י) אַז משום האי טעמא זאָל יעקב וועלן אויסשליסן די בני אח ואחות פון די נושאי ארונו, והדרא קושיא לדוכתא.

נוסף לזה: ווי איז עס בכלל מעגלעך אַזאַ זאַך, אַז דער הוב פון כלל ישראל (אויסער שבט יהודה, מנשה ואפרים) זאָלן שטאַמען פון אַזוינע וואָס לאחרי מ"ת איז עס איסורי עריותמז?!

נאָר דער ביאור אין דעם; עס ווערט אַרומגערעדט אין חסיחותמח ומיוסד בזהר וס' קבלה, אַז דער טעם פון איסור עריות באַשטייט אין דעם וואָס אין רוחניות ווייזן זיי אויף יחודים נעלים ביותר [אַזוי ווי דער יחוד פון ז"א ומלכות וואָס ווערן אויך אָנגערופן אח ואחותמ], וואָס מצד זייער הויכקייט קען זיי* די וועלט דאָ למטה ניט צונעמען ; און בשעת מען איז מגלה אָט־די אורות נעלים ביותר דאָ למטה, קען דערפון אַרויסקומען אַ היזק (בקדושה — ע"ד ווי עס שטייט ביי בן זומא860); „הציץ ונפגע", ווייל ניט קענענדיק פאַרנעמען אַזאַ ריבוי אור, האָט אים דער „הציץ" פאַרשאַדט, אָדער נאָך נידעריגער. וכידוע הדוגמא אַז איינער274וועט קוקן אַף דער זון אָן אַ פאַרשטעל) נישואי התאומות — ווייל אדרבה, ווי— און דערפאַר איז באַ מתן תורה, וואָסבאַלד די שבטים האָבן געקענט מקבל זיין איז באופן אַז תורה אחת יהי' לכם, זיינען די אורות נעלים, איז עס געווען למעלאָט־די ענינים נאסר געוואָרן דאָ למטה יותא — אַז אידן קומען גאָר אַרויס

דורך יחודים נעלים ביותר*.

איז דערפון מובן, אַז קודם מתן תורה, (משיחות חורף תשכ"ח, וש"פ וישב תשכ"ט) איידער זיי זיינען נאסר געוואָרן, איז באַ

די וואָס האָבן געקענט מקבל זיין אָט די

אורות נעלים ביותר, זיינען אַזעלכע עניני נשא יעקב שתי אחיות. עיי"ש בארוכה. אבל יחוד קיין חסרון ניט; ואדרבה, ס'איז גאָר עפ"י דרך הפשט, שמר יעקב כל התרי"ג אַ מעלה (ובדוגמת ר"ע 860), וואָס אים מצות, גם האיסור דאחיות (ראה בארוכה לעיל אר אד בא עט אאר אם אאמם מרן ממ מרא מר אר א מאר.

נתנו את הכח לקיום המצות שלאחרי מ"ת מ אר רמון דד מן ארס רך מממר מ ו מר ממר מר.

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-4ef4400w

עותקים

פעילות אחרונה

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · אושרה

מקורות