לקוטי שיחות
נח א
36כ ו
א. בתחלת הסדרה איז רש"י מעתיק די ווערטער „אלה תולדות נח נח איש צדיק", און איז מפרש; „הואיל והזכירו סיפר בשבחו, שנאמרא זכר צדיק לברכה. דבר אחר, ללמדך שעיקר תולדותיהם) של צדיקים מעשים טובים".
וואָס איז דאָ שווער אין די ווערטער פון פּסוק וואָס צוליב דעם דאַרף זיי רש"י מפרש זיין — איז עס מובן בפּשטות, און אויף אַזוי פיל אַז רש"י דאַרף די שווערקייט גאָרניט אויסטייטשן און קען גלייך אָנהויבן מיט זיין פּירוש; דער וואָרט „תולדות" אומעטום מיינט בדרך הפּשט (ניט מאורעותב, נאָר) קינדער. איז דאָך במילא ניט מובן; ווי קומען די ווערטער „נח איש צדיק" אַלס אַ המשךאויספיר צו „אלה תולדות נח"?
דעריבער זאָגט רש"י, אַז דער אויספיר פון „אלה תולדות נח" איז טאַקע ערשט אין צווייטן פּסוק — „ויולד נח שלשה בנים גו'", נאָר אין צווישן קומען אַריין די ווערטער „נח איש צדיק" ווי אַ מאמ־המוסגר, מחמת בעת מען דערמאָנט אַ צדיק דאַרף מען אים משבח זיין.
היות אָבער אַז עס לייגט זיך ניט אַזוי לייכט אויפן שכל צו זאָגן אַז די תורה זאָל אינמיטן (ובפרט אין אָנהויב פון) אַן ענין מפסיק זייןג מיט אַ מאמר המוסגר0) (ובפרט נאָך,37אַז דאָס ברענגט דערצו מען זאָל נאָכן הפסק דאַרפן צוגעבן די ווערטער „ויולד נח שלשה בנים", וועלכע ווערן דאָ איבערגע'חזר'ט צום צווייטן מאָל)),
זאָגט דערפאַר רש"י נאָך אַ פּירושג, אַז אויך מעשים־טובים [וויבאַלדט זיי ווערן געשאַפן און „געבוירן" דורך דעם מענטשןי] רופן זיך „תולדות", און אדרבה; זיי זיינען דער עיקר „תולדות" פון צדיקים. און מטעם זה איז ניט נאָר זאָגט דער פּסוק אַז תולדות נח זיינען זיינע מעשים טובים, נאָר דער פּסוק איז מקדים „נח איש צדיק" פאַר „ויולד נח שלשה בנים", צו באַטאָנען אַז דער עיקר פון „תולדות נח" איז — „נח איש צדיק"יא.
אָבער אויך דער פּירוש איז ניט „גלאַט", וואָרום דער פּירוש הפּשוט פון „תולדות" איז קינדעריח. דעריבער מוז רש"י אָנקומען צום ערשטן פּירוש, אַז דער וואָרט „תולדות" אויך דאָ איז פּשוטו כמשמעו.
און וויבאַלד אַז אינעם פּירוש „הואיל והזכירו כו'" איז די שוועריקייט בלויז אין המשך הפּסוקים, משא"כ לויטן פּירוש „ללמדך כו'" איז ניט גלאַט דער וואָרט „תולדות" — איז רש"י דעריבער מקדים דעם פּירוש „הואיל והזכירו כו'", וואָרום דאָס איז דער פּירוש העיקרי.
ב. לאחרי כל הנ"ל דאַרף מען נאָך פאַרשטיין;
א) די דערמאָנטע קשיא אין פּסוק — וואָס איז דער צוזאַמענבונד צווישן „תולדות נח" מיט „נח איש צדיק" — איז דאָך לכאורה נוגע בלויז צו די ווערטער „תולדות נח נח איש צדיק", אָבער ניט צום וואָרט „אלה" — פאַרוואָס־זשע איז רש"י מעתיק פון פּסוק אויך דעם וואָרט „אלה"יג?
ב) מצד דעם כלל „זכר צדיק לברכה" האָט תורה געדאַרפט זאָגן דעם שבח אויף נח'ן שוין אין דער פריערדיקער סדרהיד, וואו זיין נאָמען38ווערט דערמאָנט צום ערשטן מאָליח — פאַרוואָס קומען די ווערטער „נח איש צדיק" ערשט אין פּרשת נחי?
אויך קען מען פרעגן מצד אָט־דעם כלל, בנוגע די אַנדערע צדיקים וועמענס נעמען עס ווערן דערמאָנט אין דער פריערדיקער סדרה; פאַרוואָס דערציילט ניט די תורה בשבחו פון מתושלח ווען זיין נאָמען ווערט דערמאָנט אין פ' בראשית? זיין צדקות איז דאָך אַזוי גרויס, אַז צוליב זיין כבוד האָט דער אויבערשטער אָפּגעהאַלטן די פורעניות פון מבול במשך פון זיבן טעגיח!
און אַזוי קען מען אויך פרעגן בנוגע צו חנוך אין דער זעלבער פּרשה; פאַרוואָס איז אים דער פּסוק משבח „ויתהלך חנוך את האלקים"יג — ניט גלייך ווי ער דערמאָנט עם.
היינט ווי קען מען לערנען אַז „נח איש צדיק" מיינט לספר בשבחו מצד דעם כלל פון „זכר צדיק לברכה", בעת דער זעלבער כלל איז ניט אויסגעהאַלטן ביי די אַנדערע צדיקים, און אויך ניט ביי נח'ן גופא ווען ער ווערט דערמאָנט מערערע מאָל פאַר דעם?
ג. עד"ז קען מען פרעגן אויך אין צווייטן פּירוש „ללמדך שעיקר תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים": אויך אין דער פריערדיקער סדרהי שטייט „ויולד נח גו'" (און עד"ז ביי די אַנדערע צדיקים), איז פאַרוואָס קומט ניט דער פריערדיקער פּסוק ללמדך, פאַרוואָס דערציילט ניט דער פּסוק דאָרט וועגן זיין צדקות — וואָס דאָס זיינען עיקר תולדותיו?
קיין שטאַרקע קשיא איז עס טאַקע ניט. ווייל כאָטש „מעשים טובים" ווערן אָנגערופן „תולדות" (ביז — אַז זיי זיינען „עיקר תולדותיהם של צדיקים"), איז דאָך אָבער מובן בפּשטות, אַז עס לייגט זיך ניט אויף זיי דער לשון „ויולד"0). איז אין אונזער סדרה, וואו דער פּסוק זאָגט „אלה תולדות נח", מוז ער זאָגן „נח איש צדיק", היות אַז אין „תולדות נח" ווערן אַריינגענומען אויך זיינע מעשיםטובים. ואדרבא זיי זיינען עיקר תול־39דותיו — קען דער פּסוק ניט אויסלאָזן דעם עיקר און דערמאָנען נאָר די תולדות וועלכע קומען נאָכדעם.
משא"כ אין דער פריערדיקער סדרה, וואו עס שטייט „ויולד נח" (ועד"ז איז דאָרט דער לשון ביי די אַנדערע צדיקים) אָבער ניט „תולדות נח" — פּאַסט דאָרט צו זאָגן „את שם את חם ואת יפת", אָבער ניט זיינע „מעשים טובים".
אָבער דאָס גופא פאָדערט ביאור; וויבאַלד אַז „עיקר תולדותיהם של צדיקים" איז מעשים טובים, איז ווי קומט עס טאַקע וואָס אין דער פריערדיקער סדרה שטייט בלויז „ויולד נח את שם גו'" און וועגן זיינע עיקרתולדות ווערט כלל ניט דערמאָנט?
ד. לכאורה האָט מען אויפן צווייטן פּירוש פון רש"י געקענט פרעגן אַ שטאַרקערע קשיא: ביי יצחק'ן שטייט דער לשון „ואלה תולדות יצחק"לא, און פונדעסטוועגן ווערן דאָרט אויסגערעכנט בלויז „יעקב ועשו"לב, און עס ווערן כלל ניט דערמאָנט זיינע מעשים טובים?
נאָך מער: פון לשון „ואלה תולדות יצחק", אַז בלויז די — יעקב ועשו — זיינען „תולדות יצחק" קומט גאָר אויס, אַז ניט נאָר רעכנט ניט דער פּסוק זיינע מעשים טובים, נאָר ער איז זיי גאָר שולל — אַז זיי גייען ניט אַריין אין „תולדות יצחק". איז ווי שטימט עס דערמיט וואָס רש"י זאָגט דאָ פּונקט דאָס פאַרקערטע, אַז מעשים טובים זיינען גאָר עיקר תולדותיהם של צדיקים?
ה. אין אמת'ן איז עס אָבער כלל קיין קשיא ניט;
וואָלט דער פּסוק גערעכנט „נח איש צדיק" צווישן זיינע „תולדות", בלויז מצד דעם וואָס אַזוי איז די מציאות — אַז זיינע מע"ט זיינען עיקר תולדותיו (אָבער ניט אַז דער פּסוק איז אויסן צו לאָזן דאָס אונז הערן), דאַן וואָלט נאָך זיין אַן אָרט צו פרעגן; פאַרוואָס אויך אין „תולדות יצחק" רעכנט ניט דער פּסוק זיינע מעשים טובים;
וויבאַלד אָבער דער פּסוק קומט, ווי רש"י זאָגט, „ללמדך שעיקר תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים" — ס'איז אַ לימוד בנוגע צו צדיקים סתם — צו אַלע צדיקיםכג — דאַרף ער דאָך דאָס ניט איבער'חזר'ן ביי יעדער צדיק באַזונדער — דאָ אין אונזער פּסוק — רעדט זיך שוין וועגן אַלע צדיקים.
דאָס איז אָבער בלויז אַ תירוץ וואָס אין „תולדותיהם של צדיקים" נאָך אונזער פּסוק ווערן ניט גערעכנט זייערע מע"ט. פאַרוואָס דערמאָנט עס אָבער ניט דער פּסוק אין דער פריערדיקער סדרה?
ו. וועט מען פאַרשטיין דעם ביאור בכל הנ"ל בהקדם וואָס אויפן פּסוק „זה ספר תולדות אדם"כד זאָגט רש"י; „זו היא ספירת תולדות אדם". דאָס הייסט, אַז די סיפּורים וועגן די40אַלע מענטשן אויסגערעכנט אין דער פּרשה (זה ספר) — וועגן שת, אנוש וכו' און אויך נח ובניו — (קומען צוליב — און) שטעלן מיט זיך פאַר (ניט מער ווי) די ספירה, די דערציילונג פון תולדות אדם ;
אין יענער סדרה רעדט די תורה וועגן די צען דורות פון אדם ביז נח ניט ווי זיי זעלבסט זיינען דער צוועק פון דעם דערציילן, נאָר ווי זיי זיינען די תולדות, יוצאי חלציו פון אדם הראשון; די פּרשה וויל דאָרט דערציילן וואָס עס האָט פּאַסירט מיט די אָפּשטאַמיקע פון אדה"ר — אַז ביי דער מערהייט פון זיינע תולדות איז געווען „רבה רעת האדם בארץ"כג [וואָס זייער רע איז געקומען דערפון וואָס זיי זיינען יוצאי חלציו פון אדם הראשון, וואָס האָט, דורכן חטא עץ הדעת, געבראַכט רע אין דעם מין האנושי], און ווי דערפאַר האָט דער אויבערשטער געזאָגטכח „אמחה את האדם גו'", און אַז אויף אַ טייל פון זיינע „תולדות" — נח, וואָס „מצא חן בעיני ה'"לז, און אויך זיינע קינדערח (וואָס ווערן דאָרט דערמאָנט) — איז אָט־די גזירה ניט געווען. נאָר אַזוי ווי דאָס אַלץ איז געשעען ערשט שפּעטער, בדור המבול, רעכנט אויס די תורה בקיצור די אַלע צען דורות וואָס זיינען געווען ביז דאַן. די כוונה איז אָבער — ניט די ספירה, דער דערציילן וועגן זיי אַליין, נאָר „ספירת תולדות אדם"99).
איז דעריבער קיין קשיא ניטל פאַרוואָס אין פ' בראשית דערציילט די תורה ניט דעם שבח פון די צדיקים, און (לויטן צווייטן פּירוש) רעכנט ניט זייערע מעשים טובים — וואָרום דאָרט רעדט זיך ניט וועגן זיי אַליין; זיי ווערן דאָרט דערמאָנט בלויז אַלס „תולדות אדם".
ז. אָבער דער תירוץ איז ניט אינגאַנצן גלאַטיק. ווייל אויך ביי די „עשרה דורות שמאדם ועד נח" — הגם זיי ווערן אויסגערעכנט לכאורה בלויז צוליב דעם אויספיר פון דור המבול, כנ"ל — זעט מען אָבער אַז בנוגע צו חנוך'ן שטייט [ניט נאָר „ויחי חנוך . . ויולד גו'", נאָר] אויך „ויתהלך חנוך את האלקים"יח; אַזוי אויך בנוגע נח'ן, שטייט „זה ינחמנו גו'"לא. היינט וויבאַלד אַז אויך אין פ' בראשית ווערן דערמאָנט כמה41פּרטים, פאַרוואָס זאָל שוין דאָרט אויך ניט שטייען זייער „שבח" און זייערע „עיקר תולדות"?
און היות אַז אין ביידע פּירושים פון רש"י איז פאַראַן די זעלבע שוועריקייט — פאַרוואָס קומט דער ענין ערשט אין פ' נח און ניט פריער — האָט מען לכאורה געדאַרפט לערנען נאָך אַ פּירוש, אַ דריטן, וועלכן מפרשים ברענגען (כדלהלן) — לויט וועלכן ס'איז ניטאָ די אויבנדערמאָנטע שווערקייט
— דעריבער איז רש"י מעתיק פון פּסוק נוסף צו „תולדות נח נח איש צדיק", אויך דעם וואָרט „אלה", וואָס דערמיט איז ער מסביר פאַרוואָס מען קען ניט לערנען ווי יענע מפרשים, וכדלהלן.
ח. שוין גערעדט כמה פּעמים, אַז אין אַן אָרט וואו רש"י באַגנוגנט זיך ניט מיט צוויי פּירושים און ברענגט אויך אַ דריטן פּירוש, איז עס — ע"פּ רוב — ניט מחמת די פאַרשידענע שוועריקייטן וואָס זיינען פאַראַן אין יעדערן פון די ערשטע צוויי פּירושים באַזונדער — נאָר מצד אַ געוויסער שוועריקייט אָדער עכ"פּ ניטגלאַטקייט וואָס איז אַ צד השווה און פאַראַן אין ביידע ערשטע פּירושים גלייך, ד. ה. ווען ביידע פּירושים זיינען ניט רעכט מצד דעם זעלבן טעם, דאַן ברענגט רש"י אַ דריטן פּירוש — כאָטש ער איז ווייטער פון דרך הפּשט, וואָס דעריבער ברענגט אים רש"י צום לעצט, נאָך די ערשטע צוויי פּירושים. ווייל דוקא אין אים איז ניטאָ די שוועריקייטן פון די פריערדיקע צוויי פּירושים.
ובנוגע צו אונזער פּסוק; עס זיינען פאַראַן מפרשיםלב וואָס לערנען, אַז „נח איש צדיק" קומט בהמשך (ניט צו „אלה תולדות נח", נאָר) צום פריערדיקן פּסוק „ונח מצא חן בעיני ה'"; אַז דער טעם פאַרוואָס „מצא חן גו'", איז ווייל „נח איש צדיק גו'"לג.
ויש לומר (לויט די מפרשים), אַז דאָס וואָס צווישן „ונח מצא חן גו'" און „נח איש צדיק" שטייט „אלה תולדות נח" — איז עס ווייל היות ווי דער פּסוק „ונח מצא חן בעיני ה'" איז ניט קיין ענין בפ"ע, נאָר ער קומט בהמשך צו פריער; אַז כאָטש בנוגע צו אַלע מענטשן האָט דער אויבערשטער געזאָגט „אמחה את האדם", האָט אָבער נח געפונען חן בעיני ה' און ער האָט אים אַרויסגענומען פון כלל הגזירה. און וויבאַלד אַז „ונח מצא חן בעיני ה'" איז נוגע צו זיין הצלה פון מבול, דעריבער איז דער פּסוק גלייך ממשיך „אלה תולדות נח", אַז די מציאת חן פון נח'ן איז געווען אַזוי שטאַרק ביז אַז אויך זיינע קינדער זיינען געראַטעוועט געוואָרןג; און לאחרי ווי דער פּסוק פאַרענדיקט דעם ענין פון מציאת חן, איז ער מסביר דעם טעם אויף „מצא חן גו'" — ווייל „נח איש צדיק".
און כאָטש דעם פּירוש איז, כמובן, פיל שווערער איינצולערנען אין פּשטות הפּסוק ווי די צוויי פּירושים פון רש"י, פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז אין ביידע פּירושים פון רש"י איז פאַראַן די זעלבע שווערקייט (כנ"ל סעיף ז'), איז דאָך לכאורה פאַראַן אַן אָרט42צו ברענגען אויך דעם פּירוש הנ"ל. פאַרוואָס־זשע ברענגט אים טאַקע ניט רש"י?
איז דעם טעם דערויף וואָס רש"י איז שולל לגמרי אָט־דעם פּשט, ביז ניט צו ברענגען אים אפילו אַלס אַ דריטן פּירוש, דייט ער אָן דורך מעתיק זיין פאַר זיין פּירוש אויך דעם וואָרט „אלה";
ס'איז אַ כלל אין תורה, אויך פאַרשטאַנדיק אין דרך הפּשטלד, אַז אומעטום וואו עס שטייט „אלה", אָן אַ וא"ו (המקשר), איז עס ניט אַ המשך פון פריער; עס הויבט זיך אָן אַ נייער ענין. און היות אַז דאָ שטייט „אלה תולדות נח", מוז מען זאָגן אַז דערמיט הויבט זיך אָן אַ נייער ענין וועלכער קומט ניט בהמשך צום פריערדיקן פּסוק.
און מטעם זה מוז רש"י לערנען אַז „נח איש צדיק" איז ניט דער אויספיר פון „ונח מצא חן בעיני ה'", נאָר דאָס שטייט מצד דעם ענין פון „זכר צדיק לברכה" אָדער בכדי „ללמדך שעיקר תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים".
ט. נאָך אַן ענין איז דאָ אין אונזער פּרש"י — בנוגע צום פּי' „זכר צדיק לברכה";
ווייטער אין פ' וירא אויפן פּסוק „ואברהם היו יהי'"לג, זאָגט רש"י; „מדרש אגדה זכר צדיק לברכה, הואיל והזכירו ברכו". ולכאורה, פאַרוואָס זאָגט עס רש"י דאָרט בשם מדרש אגדה — אַנדערש ווי אין אונזער פּסוק וואו ער נעמט אָן בדרך הפּשט אַז „נח איש צדיק" שטייט צוליב „זכר צדיק לברכה"לח?
איז דער ביאור אין דעם גאָר בפּשטות; אין פּסוקא נאָך די ווערטער „זכר צדיק לברכה" שטייט „ושם רשעים ירקב". וואָס דאָס מיינט, ניט אַז ביים דערמאָנען אַ רשע דאַרף מען אים ח"ו שילטןלא, נאָר אַז דער נאָמען פון רשעים ווערט „צעפוילט" און פאַרגעסן דורך דעם וואָס מענטשן ווילן זייער נאָמען ניט דערמאָנעןלח. און וויבאַלד אַז די צוויי ענינים — זכר צדיק לברכה און ושם רשעים ירקב — שטייען אין דעם זעלבן פּסוק און אין איין המשך, איז פאַרשטאַנדיק אַז דער פּירוש פון „זכר צדיק לברכה" איז ענלעך צום אופן הפּי' פון „ושם רשעים ירקב".
43דערפון איז מובן, אַז דער פּירוש הפשוט פון „זכר צדיק לברכה" איז ניט אַז מען דאַרף בענטשן אַ צדיק בעת מען דערמאָנט אים (וואָרום לויט דעם איז ניטאָ קיין דמיון צווישן דעם ערשטן האַלבן פּסוק און זיין ווייטערדיקן המשך — די ווערטער „ושם רשעים ירקב"), נאָר אַז מען דאַרף אַ צדיק משבח זיין ביים דערמאָנען אים — וואָס דאָס איז בדוגמת האופן פון „ושם רשעים ירקב", וואָרום דאָס ניט דערמאָנען יענעמס נאָמען איז אַן ענין של גנאי — היפך השבח.
און דערפאַר, איז אין אונזער פּסוק, וועלכער רעדט וועגן „סיפר בשבחו", זאָגט רש"י „שנאמר זכר צדיק לברכה" — ווייל דער פּירוש הפּשוט פון דעם פּסוק איז, אַז בעת מען דערמאָנט אַ צדיק דאַרף מען אים משבח זיין; משא"כ אין פ' וירא, וואו „ואברהם היו יהי' לגוי גדול ועצום גו'" איז [ניט קיין שבח, נאָר] אַ ברכה, און ווי רש"י איז מדגיש „הואיל והזכירו ברכו", קען רש"י ניט ברענגען אַ ראי' פון פּסוק — „שנאמר כו'", און ער מוז אָנקומען צו מדרש אגדהלט.
י. ע"פּ הנ"ל וועט אויך ווערן פאַרשטאַנדיק די גמרא אין מסכת יומאמ. וז"ל; א"ל רבינא לההוא מרבנן . . מנא הא מילתא דאמור רבנן זכר צדיק לברכה, א"ל דהא כתיבא זכר צדיק לברכה. מדאורייתא מנ"ל, דכתיבמא וה' אמר המכסה אני מאברהם אשר אני עושה וכתיבלג ואברהם היו יהי' לגוי גדול ועצום".
ולכאורה איז ניט מובן; „זכר צדיק לברכה" איז דאָך אַ בפירוש'ער פּסוק, איז וואָס פרעגט רבינא „מנא הא מילתא דאמור רבנן כו'"?
בהשקפה ראשונה לערנט מען, אַז מיט דער שאלה „מנא הא מילתא כו'" האָט רבינא מלכתחלה געמיינט צו פרעגן וואו איז עס מרומז אין תורהיב, נאָר „ההוא מרבנן" האָט ניט פאַרשטאַנען זיין שאלה און געמיינט אַז ער פרעגט וואו עס איז בכלל דער מקור דערויף, האָט ער געענטפערט „דהא כתיב כו'". און דעריבער האָט אים רבינא דאַן אויסגעטייטשט זיין שאלה — „מדאורייתא מנא לן".
מ'קען אָבער אַזוי ניט לערנען, ווייל דער לשון איז דאָך „מנא הא מילתא דאמור רבנן כו'", איז משמע דעת רבינאמג, אַז דער פּסוק „זכר צדיק44לברכה" זאָגט עס ניט (וואָרום בפּשטות רעדט זיך דאָרט אַן אַנדער ענין). דאַרף מען פאַרשטיין; עס איז דאָך דער זעלבער לשון — איז דאָס מסתם דער זעלבער אינהאַלט און ענין?
אויך איז ניט פאַרשטאַנדיק; פאַרוואָס דאַרף די גמרא ברענגען אַ ראי' פון פּסוק „ואברהם היו יהי' גו'" וואָס שטייט ערשט אין פ' וירא, בעת ס'איז דערצו פאַראַן אַ ראי' פון אַ פריערדיקן פּסוק — אין אָנהויב פ' נחמד?
וע"פּ הנ"ל, ווערן ביידע קשיות פּאַרענטפערט בפּשטות: דער פּירוש הפּשוט פון „זכר צדיק לברכה" אין משלי איז, אַז מען דאַרף דעם צדיק משבח זיין (וכנ"ל). און דאָס האָט רבינא געפרעגט — וואו איז דער מקור „דאמור רבנן" (וואָס בלשון חכמים „ברכה" — הייסט נאָר בענטשן) אַז מען דאַרף בענטשן אַ צדיק ביים דערמאָנען אים? אויף דעם האָט אים „ההוא מרבנן" געענטפערט (אַז מען דרש'נט עס) פון פּסוק „זכר צדיק לברכה" — וויבאַלד אַז דער פּירוש פון לשון „ברכה" ברוב המקומות איז דער ענין פון בענטשן, איז פאַרשטאַנדיק אַז אויך דאָ קען עס מיינען — עכ"פּ בדרך הדרש — ברכה כפשוטה;
דערויף האָט אים רבינא געפרעגט נאָך אַ שאלה „מדאורייתא מנא לן", וואו געפינט מען מן התורה אַז מען דאַרף בענטשן אַ צדיק ביים דערמאָנען אים? אויף דעם איז געקומען די תשובה „דכתיב וה' אמר . . ואברהם היו יהי' לגוי גדול ועצום", וואָס דאָרט איז דער ערשטער מקור דערצו, ווייל אין פ' נח רעדט זיך ניט וועגן ברכה נאָר וועגן שבח, כנ"ל ס"טמה.
יא. פון די ענינים פון „יינה של תורה" אין פּירוש רש"י דידן;
וואָס איז טאַקע דער טעם און תועלת וואָס מ'דאַרף משבח זיין אַ צדיק — ביז אַז (כנ"ל שם) ס'איז נאָך פּשוט'ער ווי אַז מען דאַרף אים בענטשן — וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים וואָס די גמרא זאָגטי; „לשון תליתאי קטיל תליתאי", אַז לשון הרע מאַכט אַ שאָדן ניט בלויז דעם וואָס רעדט און דעם וואָס הערט, נאָר אויך דעם אויף וועמען מען רעדט. ווייל דער אויף וועמען מ'האָט גערעדט לשון הרע וועט זיך נוקם זיין אין דעם רעדער און דער גואל הדם פון רעדער וועט זיך נוקם זיין אין עםמז.
והנה עס איז דאָך „לא יאונה לצדיק45כל און", און נאָר „מרשעים יצא רשע" — ווי רש"י ערקלערט אויפן פּסוקמח והאלקים אינה לידו — און וויבאַלד אַז חז"ל זאָגן (און פאַרבינדן דאָס מיט) „לישנא תליתאי (לשון הרע) קטיל תליתאי", איז פאַרשטאַנדיק אַז אַלע דריי וואָס „קטיל" האָט עס אַ שייכות מיט דער עבירה פון לישנא תליתאי.
ולכאורה; דער וואָס רעדט און דער וואָס הערט, האָבן זיך ביידע באַטייליקט אין דער עבירה — און נאָך אַזאַ האַרבע עבירה וואָס די גמרא זאָגט אויף איר אַז זי איז גלייך צו דער האַרבקייט פון ע"ז ג"ע און שפ"ד צוזאַמעןמט — איז מובן וואָס זיי שאַדט די לשון הרע. וואָס איז אָבער שולדיק דער באַרעדטער — ער האָט דאָך ניט גענומען קיין אָנטייל אין דער עבירה — פאַרוואָס זאָל אויך ער ליידן?
איז דער ביאור אין דעם; די אייגנשאַפט פון דיבור איז, אַרויסצוברענגען אַ זאַך פון העלם (מחשבה) צו גילוי. און דעריבער, דורך דעם וואָס מען האָט גערעדט וועגן יענעמס רע און עס דערמיט אַרויסגעבראַכט פון העלם צו גילוי בדיבור — קען עס אים פאַרשאַטןל. ווען מ'וואָלט וועגן דעם ניט גערעדט — וואָלט יענעמס רע געבליבן פאַרהוילן און ניט געקומען אין אַן אויסדרוק בפּועל.
ס'איז דאָך „מדה טובה מרובה ממדת פורעניות"לא. איז מה־דאָך אַז דאָס ריידן וועגן אַ צווייטנס גנות האָט אַ שעדליכע ווירקונג — היינט מכ"ש אַז עס איז אַזוי, און נאָך מער, אין דער מדה טובה. אַז בעת מען רעדט וועגן יענעמס טוב און שבח, האָט עס אַוודאי אַ גוטע ווירקונג אויף דעם וואָס מ'לויבט אים, און במילא גיט עס אים אַ חיזוק וסיוע אין זיין עבודה — מען ברענגט אַרויס אין אַ גילוי'דיקן און פּועל'דיקן אויסדרוק זיין טוב און זיינע מעלות.
אַזוי איז עס אפילו בנוגע אַ שבח וואָס מענטשן זיינען משבח. און עאכו"כ ביי שבחים פון דעם אויבערשטן, און ביחוד אַז זיי שטייען בפירוש אין תורהלב.
און דאָס איז דער טעם פון „זכר צדיק לברכה", ווייל דורך דעם גופא וואָס מ'איז דעם צדיק משבח — העלפט מען אַרויס אין זיין עבודה*52.
יב. עפּ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם (בפּנימיות הענינים) וואָס דער ענין „הואיל והזכירו סיפר בשבחו" קומט ערשט אין פ' נח — כאָטש דער פּסוק דערמאָנט נח'ן שוין אין פ' בראשית;
אין סיום פ' בראשית שטייט „ונח מצא חן בעיני ה'".
דער ענין פון „חן", איז פאַרבונדן ניט נאָר מיטן מענטשן וואָס איז נושא חן [ווי „יופי" וואָס האָט צו טאָן נאָר מיטן „תואר" און „מראה"לח פון דעם מענטשן וואָס ער איז „יפה"], נאָר אויך (בעיקר?) מיט דעם ביי וועמען ער איז נושא חן [אַזוי ווי „חן אשה46על בעלה" — „אפילו היא מכוערת"64)].
ובפרט אַז דאָ שטייט „ונח מצא חן בעיני ה'", הגם אַז דאָס איז פאַרבונדן (אויך) מיט זיין הנהגה — איז עס אָבער בעיקר געקומען ניט מצד זיין עבודה, נאָר בדרך מציאהלח ואתערותא דלעילאנח.
און אין דעם באַשטייט דער אונטערשייד צווישן דעם סיפור וועגן נח'ן אין פ' בראשית און דעם סיפור וועגן אים אין פ' נח; אין פ' בראשית רעדט זיך וועגן די ענינים וואָס זיינען געווען ביי נח'ן באופן דמציאה, באתערותא דלעילא — „מצא חן בעיני ה'"81); אָבער אין פ' נח ווערט גערעדט אַז „נח איש צדיק", וועגן זיינע מעשים טובים, וועגן (די מדריגות וואָס ער האָט דערגרייכט דורך) זיין עבודה68).
און דעריבער קומט דער סיפור בשבחו של נח ערשט אין פ' נח; די תועלת פון „סיפר בשבחו" איז (כנ"ל סעיף יא־ב), בכדי צו מסייע זיין דעם מענטשן וועלכן מען איז משבח, אין זיין עבודה, און דער ענין העבודה פון נח'ן — הויבט זיך אָן ערשט אין פ' נח, כנ"ל.
יג. די הוראה פון דעם אין עבודה איז; אַ איד דאַרף זיך משתדל זיין צו זעען דעם טוב פון אַ צווייטן אידן און צו ריידן וועגן זיינע מעלות און שבחיםנט, וואָרום דערמיט גופא טוט מען אויף, אַז יענעמס טוב זאָל אַרויסקומען מער בגילוי און מיט תוצאות טובות בעבודה.
און נוסף אויף דער גוטער ווירקונג וואָס דאָס האָט אין עבודה, איז דאָס משבח זיין אַ אידן גלייכצייטיק אויך אַ כלי אויף אַרויסרופן השפּעת הטוב מלמעלה. און ע"ד ווי עס איז ידוע דער וואָרט פון אַלטן רבי'ןס, אַז בעת אַ פאָטער קוקט זיך איין און זעט ווי זיינע קינדער זיינען צווישן זיך „באהבה באחוה בשלום ובריעות, איש את רצון רעהו ימלא וכל אחד דואג לטובת חבירו כלטובת עצמו ומהם גם המניחים דאגת עצמם בשביל מילוי צרכי חבריהם — אז האב נתמלא עונג ונח"ר מהנהגת בניו ומפליא לעשות לקיים משאלותיהם".
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- חלק ה׳
- מזהה
- rh-9xybdesf