English
ספרייה

מכתבים כלליים מכ"ק אדמו"ר שליט"א

466

מיט וואָכעדיקע וועלט­זאַכן פון פרנסה וכדומה — וויבאַלד זיי זיינען דאָך דברי הרשות פון אַ אידן, געהערן אויך זיי צום ענין פון ביכורים, ובמילא דאַרפן זיי זיין דורכגענומען מיט דער פולסטער און העכסטער מאָס דערהויבנקייט און הייליקייטשעו, ווי עס פּאַסט פאַר אַ זאַך וואָס ווערט געטאָן לפני ה' אלקיך.

און אפילו ווען עס רעדט זיך וועגן אַן איינציקע מחשבה, אַ דיבור אָדער אַ מעשה, וואָס זעט אויס מינדערווערטיק אין פאַרגלייך צו אַנדערע זיינע מחשבות, דיבורים און מעשים — אָבער ביים אַריינטראַכטן זיך ווי געהעריק, אַז אויך די מחשבה, דבור אָדער מעשה איז אַ טייל פון "ביכורים", וואָס ווערט געבראַכט אין בית המקדש, לפני ה' אלקיך — און דער כהן אשר יהי' בימים ההםשעז גיט אַכטונג אויף זיין יעדער תנועה — וועט ער געוויס זיך באַמיען און אָנשטרענגען אַז יעדער מינדסטע זאַך, יעדער איינצלנער פרט פון זיין הנהגה, זאָל געטאָן ווערן מיט דער פולסטער אויפמערקזאַמקייט און אָפּגעהיטנקייט.

אַזוי ווי מיר געפינען עס ביי דער מצוה פון ביכורים אין פשטות, אַז דאָס ברענגען די ביכורים ווערט דורכגעפירט מיט גרויס צוגעטראָגנקייט און אויפמערק­זאַמקייט ביי יעדן פרט: גלייך ביים אָנהויב, ביים אָפּשיידן די ביכורים, איז אדם יורד לתוך שדהו ורואה תאנה שבכרה כורך עלי' גמי לסימן ואומר הרי זו בכורים; דערנאָך נעמט ער צוזאַמען די פירות, פירט זיי אַלייןשעט דעם גאַנצן וועג, ביז ער ברענגט זיי אין באַצירטע קאָרבן כו'שעח קיין ירושלים אין בית המקדש, מיטן גאַנצן פיל­פרטימדיקן סדר פון הבאת ביכורים, ווי געשילדערט אויספירלעך דורך חז"לשפ.

און צוזאַמען מיטן געפיל פון גרויסער אחריות, און זהירות פון אידן אין יעדן פרט פון זיין "ביכורים"­הנהגה, ווערט ער דורכגענומען מיט דער געוואַלדיקער שמחה פון דעם גרויסן גליק וואָס ער האָט זוכה געווען בהשגחה פרטית צו זיין דעם אויבערשטנ'ס "ביכורים" און קענען "ברענגען" זיך מיט אַלע זיינע מחשבות דיבורים און מעשים און זיי אַוועקגעבן צו דעם אויבערשטן,

און אַזוי געפינען מיר אין דעם גרויסן פייערלכען סדר פון הבאת ביכורים אין

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-46a4zfdy

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות