לקוטי שיחות
שמיני
974שמיני
אָבער דער טאָג וואָס נאָך די זיבן טעג איז געווען אַ זאַך פאַר זיך — חנוכת אהרן ובניו, און ניט חנוכת המזבח.
און ער פאַרענטפערט עס, אַז דאָס וואָס די תורה רופט אָן דעם טאָג מיטן נאָמען שמיני איז עס בכדי צו דערציילן די מעלה פון דעם טאָג. עס שטייט דאָך גלייך נאָכדעם אין דער פּרשה: „כי היום ה' נראה אליכם" (אַז אין דעם (אַכטן) טאָג באַווייזט זיך דער אויבערשטער צו אייך). איז דער פּסוק מקדים און מבאר; פאַרוואָס דוקא אין דעם טאָג וועט זיך דער אויבערשטער באַווייזן און ניט אין די פריערדיקע — ווייל ער איז דער יום השמיני, און דעריבער איז אין אים פאַראַן אַ העכערע קדושה ווי אין די פריערדיקע זיבן טעג, וואָרום „כל מספּר שבעה חול ומספּר שמיני קודש"כז). און דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס מילה איז דוחה שבת, ווייל מילה איז בשמיני און שבת איז בשביעי, און „הרוחני דוחה הגשמי".
ב. דאָס וואָס ער זאָגט אויפן מספּר שבעה דעם לשון „חול", מיינט ער ניט חול ממש, וואָרום שבת איז דאָך קודש. נאָר וויבאַלד אַז אויך שבת גייט אַריין אין די שבעת ימי הבנין, איז ער נאָך אַלץ פאַרבונדן מיט דער בריאה (חול), און לגבי דעם מספּר שמיני, וואָס איז העכער פון כללות ענין הבריאה און איז „מיוחד אליו יתברך", ווערט אפילו שבת אָנגערופן מיטן נאָמען „חול".
אַזוי איז אויך מובן פון דער דוגמא וואָס דער כלי יקר ברענגט דאָ וועגן דער מעלת הקדושה פון מספּר שמיני, אַז דער כינור של ימות המשיח וועט זיין פון שמונה נימיןח). וואָס — פּשוט אַז דער כינור פון בית המקדש וואָס איז געווען פון שבעה נימין, איז קדושה, נאָר לגבי דעם כינור של ימות המשיח ווערט ער גערופן „חול".
אַלע ענינים שפּיגלען זיך אָפּ אין תורה. געפינען מיר ענלעך דערצו אויך בנוגע תורה; תורה (אפילו דעוה"ז) איז דאָך קודש, און פונדעסטוועגן לגבי דעם לימוד התורה וואָס משיח וועט מגלה זיין, ווערט זי אָנגערופן „הבל"
ג. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין; דער תירוץ פון כלי יקר פאַרענטפערט ניט לכאורה זיין קשיא, נאָר אדרבה, די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער; וויבאַלד אַז „שמיני" איז אַזאַ מדריגה וואָס איז „מיוחד אליו יתברך" — לגמרי העכער פון כללות הבריאה, האָט זי דאָך לכאורה אינגאַנצן קיין שייכות ניט צו די שבעת ימי המילואים וואָס זיינען כנגד די שבעת ימי הבנין, איז פאַרוואָס הייסט דער טאָג מיטן נאָמען „„שמיני", וואָס דאָס מיינט אַז ער איז אַ המשך צו די פריערדיקע זיבן טעג?
איז דער ביאור אין דעם; אַלע גילויים דלעתיד זיינען אָפּהענגיק אין אונזער איצטיקער עבודהח). כאָטש די גילויים דלעתיד זיינען די בחינה פון „שמיני" — ווי מרומז במרז"ל הנ"ל „כינור של שמונה נימין", העכער פון כללות ענין הבריאה, און נבראים מיט זייער עבודה קענען דאָרט ניט גרייכן, נאָר די גילויים וועלן קומען בדרך התעוררות מלמע־
976פונדעסטוועגן
האָבן אונזער איצטיקע עבודה, בכדי צו ממשיך זיין די מדריגות וואָס עבודה איז צו זיי אַ כלי, און דאַן, נאָך דער שלימות העבודה, וועט מען געבן מלמעלה די גילויים דלעתיד וואָס זיינען העכער ווי עבודה קען דערלאַנגען.
אַ דוגמא אויף דעם ; אין שבת זיינען בכללות פאַראַן צוויי מדריגות: א) ער איז איינער פון די שבעת ימי הבנין, נאָר אין פאַרגלייך מיט די פריערדיקע זעקס טעג איז ער קודש. אָבער די קדושה איז אויך פאַרבונדן מיט דער בריאה, בחינת השתלשלות און ווערט נמשך דורך דער עבודה פון אידן, וואָס אויף דעם שטייטז) „לעשות את השבת"ח) ; ב) שבת איז אַ מעין)) פון לעתיד, פון דעם „יום שכולו שבת", וואָס איז העכער פון השתלשלות, און ווי געזאָגט פריער, קען מען צו דער מדריגה ניט צוקומען דורך עבודה, נאָר זי ווערט נמשך מלמעלה, בדרך אתערותא דלעילא. ווי עס שטייט אין גמרא אַז אויף דער בחינה אין שבת זאָגט דער אויבערשטער „מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה"כ): די מדריגה פון שבת איז אַ מתנה מלמעלה, וואָס אַ מתנה באַקומט דער מקבל ניט דורך זיין עבודה, נאָר דוקא ווייל דער נותן וויל אים געבן די מתנה (אויב מען גיט עס אים צוליב זיין עבודה, איז עס דאָך אַ פאַרדינטע באַלוינונג און ניט קיין מתנה).
אָבער פונדעסטוועגן ווערט אויך די העכערע בחינה פון שבת נמשך דוקא נאָך דעם ווי ס'איז פריער געווען עבודה, כמאמר רז"ליא): „מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת". דאָס מיינט טאַקע ניט אַז עבודה איז מעורר און ממשיך די בחינת מתנה פון שבת — עס איז אָבער ווי חז"ל זאָגןיב) , „אי לאו דעביד לי' נייחא לנפשי' לא הוה יהיב לי' מתנתא", ווען דער מקבל וואָלט אים ניט פאַרשאַפט קיין נחת רוח וואָלט אים דער נותן די מתנה ניט געגעבן. נאָר ווען ער גיט אים די מתנה צוליב דעם נחת רוח וואָס ער האָט געטאָן דעם נותן — גיט ער אים אַ סך מער וויפל דער נחת רוח איז ווערט, און אין דעם באַשטייט די מתנה.
ועל דרך זה איז עס אויך בנוגע די גילויים וואָס זיינען געווען ביום השמיני למילואים. כאָטש די גילויים זיינען פון אַזאַ אָרט וואָס עבודה קען אַהין ניט דערלאַנגען, דאָך זיינען זיי נמשך געוואָרן נאָך דער עבודה אין976די שבעת ימי המילואים, אַז בשעת ס'איז געווען די שלימות העבודה, איז נמשך געוואָרן אויך די אתערותא דלעילא שמצד עצמה. און דעריבער הייסט עס מיטן נאָמען „שמיני", ווייל עס קומט נאָך דער עבודה פון שבעה.
ד. על פּי הנ"ל קען מען אויך מבאר זיין די שייכות פון פּרשת שמיני מים ספירת העומר, וואָס בהרבה שנים לייענט מען די פּרשה באַלד נאָך פּסח — התחלת ימי הספירהיג):
וועגן דער מצוה פון ספירת העומר שטייט דער לשון אין תורהיד): „תספּרו חמישים יום". פרעגט מעןיח) די קשיא; מען ציילט דאָך נאָר ניין און פערציק טעג? און מען פאַרענטפערט עס מיטן ביאור, אַז אידן דורך זייער ספירה, דורך זייער עבודה, זיינען ממשיך נאָר די מ"ט שערי בינה — „שבעה שבועות תספּר לך" (בחינת שבעת ימי הבנין) ; אָבער צוליב דעם וואָס זיי זיינען ממשיך דורך זייער עבודה די מ"ט שערים, גיט מען זיי מלמעלה אויך דעם שער החמישים (וואָס ער איז על דרך „שמיני" — העכער פון שבעה (שבועות), וואָס דעריבער איז די המשכה פון דעם שער החמישים בחג השבועות, זמן מתן תורה, וואָס בשעת מתן תורה איז געווען אַ מעין פון דעם גילוי דלעתיד)י). און דערפאַר שטייט „תספּרו חמישים יום", ווייל אויך דעם שער החמישים באַקומען די אידן דורך זייער עבודה *י).
ה. באמת, איז ספירת העומר אַ הכנה ניט נאָר צו מתן תורה, וואָס איז אַ מעין פון דעם גילוי דלעתיד, נאָר אַ הכנה אויך צום גילוי דלעתיד גופא.
ס'איז ידוע דער דיוק הלשון אין דעם פּסוקיז) „כימי (לשון רבים) צאתך מארץ מצרים גו'"; לכאורה איז דאָך דאָס אַרויסגיין פון מצרים געווען אין איין טאָג, ט"ו בניסן. איז מבאר כ"ק מו"ח אדמו"ריח), אַז די פולשטענדיקע יציאה פון „מצרים" וועט נשלם ווערן ערשט ביי דער גאולה העתידה בקרוב ממש, און ביז דאַן זיינען נאָך אַלץ פאַראַן מצרים וגבולים פון וועלכע מ'מוז זיך באַפרייען. פון ט"ו ניסן שנת ב' אלפים תמ"ח, האַלטן אידן כסדר אין אַרויסגיין פון מצרים — וואָס ווייטער גייט מען אַלץ העכער און העכעריט), ביז אַז בקרוב ממש וועט קומען די גאולה העתידה, וואָס דאַן וועט מען אַרויסגיין אינגאַנצן פון מצרים.
977די ערשטע עבודה פון אידן באַלד נאָך דער יציאה פון לאַנד מצרים, איז געווען ספירה על דרך ספירת העומרכ). ד. ה. אַז ספירת העומר איז דער ערשטער שריט אין עבודה אויף צוקומען צום כימי צאתך בשלימות, צו דער גאולה העתידה — בחינת „שמיני".
ו. על פּי זה וועט מען פאַרשטיין דעם טעם, וואָס ספירת העומר ציילט מען ביינאַכט און דער טאָג גייט נאָך דער נאַכטכב). די הקרבה פון דעם עומר איז דאָך אַ קרבן. ביי קרבנות איז דער דין, אַז הלילה הולך אחר היום, די נאַכט גייט נאָכן טאָג*2)), אָבער ביי ספירת העומר, איז אף על פּי אַז ענינה איז וואָס מען ציילט וויפל טעג זיינען אַדורך פון הבאת והקרבת העומרכג), פונדעסטוועגן איז דער דין אַז היום הולך אחרי הלילה. איז דאָך ניט פאַרשטאַנדיק; וויבאַלד אַז די ספירה איז צו ציילן די טעג פון הקרבה אָן, איז פאַרוואָסכד) זאָל דער דין ביי ספירה זיין אַנדערש פון דעם דין ביי הקרבה?
איז דער ביאור אין דעם; דער אויפטו פון דער גאולה העתידה אויף יציאת מצרים און מתן תורה איז, אַז ביי יציאת מצרים און אפילו ביי מתן תורה איז דער גילוי מלמעלה געווען ניט דורך עבודה (וואָרום כאָטש זיי האָבן געציילט ספירה ניין און פערציק טעג, איז אָבער במשך אַזאַ קורצער צייט ניט געווען שייך, זיי זאָלן אַרויסגיין בכח עבודתם אַליין פון די מ"ט שערי טומאה און אויף אַזוי פיל נזדכך ווערן צו ווערן ראוי צו מקבל זיין די תורה), און דעריבער איז נאָך דעם „במשוך היובל", נאָך מתן תורה, איז די וועלט פאַרבליבן אין איר חומריותכח), ביז אַז עס האָט דערנאָך געקענט זיין דער חטא העגל978— דער שורש פון אַלע חטאים פון נאָכדעם*18)). משא"כ ביי דער גאולה העתידה, וויבאַלד זי וועט דאָך קומען דורך עבודה פון אידן, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן פון יציאת מצרים, צו מזכך זיין ניט בלויז זיך אַליין נאָר אויך יעדער איינער זיין חלק אין וועלטכ) — וועט די וועלט דורך דעם ווערן אַ כלי צו מקבל זיין דעם גילוי שלמעלה אין אַ פּנימיות, וכמ"שכז) „ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר", אַז אויך דער בשר הגשמי וועט דערזען דעם „כבוד הוי'". און כאָטש אַז עבודת הנבראים איז ניט קיין כלי צום גילוי דלעתיד, פונדעסטוועגן, ווי געזאָגט פריער, וועט מען לאחר שלימת העבודה געבן די גילויים מלמעלה אויך אין אַן אופן פון אתערותא דלעילא מצד עצמה, און געבן דאָס אין אַ פּנימיות.
קומט אויס, אַז די גילויים פון דער גאולה העתידה האָבן אין זיך צוויי קצוות; א) ס'וועט נתגלה ווערן אַן אור וואָס איז לגמרי העכער פון וועלט, און אפילו מיט עבודה הכי נעלית קען מען אים ניט נעמען; ב) דאָך וועט דער גילוי זיין אין וועלט, אין אַ פּנימיות.
וויבאַלד אַז ספירת העומר איז די ערשטע עבודה אויף צוגרייטן זיך צו דער גאולה העתידה, איז „משכרה נדע מהותה"כח) ; פון דעם וואָס דער שכר פאַר דער עבודה (אין אַן אופן פון מתנה) איז די גאולה העתידה, איז אַ ראי' אַז אויך אין דער עבודה אַליין זיינען פאַראַן ביידע קצוות בדוגמת ווי אין די גילויים פון דער גאולה העתידה; א) דער ענין פון ספירה איז צו ציילן די טעג פון דער הקרבה אָן, ס'איז אַ קדשים־המשך ב) פונדעסטוועגן, איז די ספירה אַליין — די עבודה וואָס איז מכשיר די וועלט צו דעם גילוי — דוקא כפי סדר הבריאה 239)) ; „ברישא תשוכא והדר נהורא"כ), דער טאָג גייט נאָך דער נאַכט.
ביי קדשים איז דער סדר אַז „הלילה הולך אחרי היום" — פאַרקערט פון דעם סדר העבודה אין בריאה „ויהי ערב ויהי בקר" — ווייל דער סדר העבודה אין בריאה איז מלמטה למעלה; עס הויבט זיך אָן מיט חושך און דורך עבודה דאַרף מען מזכך זיין די וועלט אַז זי זאָל ווערן אַ כלי צום אור אלקי; אָבער ביי קדשים איז דער סדר פון דעם גילוי אור — מלמעלה למטה: מען הויבט אָן מיט אור, און אויך דער לילה וואָס קומט נאָך דעם יום, איז עס אַן עבודת הבירורים וואָס קומט מצד דעם גילוי אור, דער גילוי פון „יום" גיט אַ כח מען זאָל זיך קענען אַראָפּלאַזן אין חושך און אים מברר זייןלא).
ספירת העומר וואָס איר עבודה איז בירורים מלמטה למעלה, צו מזכך זיין די וועלט ביז זי זאָל ווערן אַ כלי צו דער גאולה העתידה, איז איר סדר — „ברישא חשוכא והדר נהורא",979מען איידלט אויס דעם חושך העולם בדרך מלמטה למעלה; אָבער דאָך איז די ספירה אַ המשך צום קרבן ; ד. ה. אַז אין דער עבודת הספירה איז דאָ דער כח פון קדשים, גילוי אור
מלמעלה, וואָס וועט נמשך ווערן דורך דער עבודת הספירה, בפּנימיות אין וועלט, בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, בקרוב ממש.