English
ספרייה

לקוטי שיחות

בראשית

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

747א. די פּרשה בראשית, וועלכע מ'לייענט ביים סוף פון חודש תשרי, וואָס איז דער אָנפאַנג פון יאָר, האָט הוראות על כל השנה.

איינער פון די ענינים וועלכע ווערן דערציילט אין דער סדרה איז בנוגע דער ערשטער מצוה און ציווי פון דעם אויבערשטן; דער אָנזאָג פון דעם אויבערשטן צו אָדם הראשון, ער זאָל ניט עסן פון דעם עץ הדעת.

ווי עס איז פאַרשטאַנדיק פון מדרש), איז דער ציווי צו אדם הראשון געווען בלויז אויף דעם ערשטן טאָג פון זיין באַשאַפונג. און פון די פּרטי הענינים וואָס זיינען געווען אינעם זעקסטן טאָג פון דער בריאה, דעם טאָג פון בריאת האדם, קומט אויס אַז דער ציווי צו אדם הראשון ער זאָל ניט עסן פון עץ הדעת איז געווען בלויז אויף דריי שעה; דעם אויבערשטנס אָנזאָג איז געקומען „בשעה התשיעית")), ניין שעה אויפן טאָג, און מיט דריי שעה שפּעטער, ווען דער טאָג האָט זיך געענדיקט, און ס'איז געוואָרן שבת, איז דער איסור אַראָפּגענומען געוואָרן. פונדעסטוועגן האָט אָדם הראשון זיך ניט געקענט אָפּהאַלטן און האָט עובר געווען אויפן ציווי.

1) ראה ב"ר פכ"א, ז. ש"ך עה"ת. לקו"ת ר"ס קדושים.

2) סנהדרין לח, ב.

פרעגט זיך די קשיא; אדם הראשון איז דאָך געווען „יציר כפּיו של הקב"ה", און האָט געהערט דעם ציווי פון דעם אויבערשטן אַליין — ווי קומט עס וואָס ער האָט ניט געקענט פּועל'ן ביי זיך אָפּצוהאַלטן, אויסצופאָלגן דעם דאָזיקן ציווי ניט צו עסן פונעם עץ הדעת בלויז אין די דריי שעה? אמת טאַקע אַז אינעם ענין פון חטא עץ הדעת זיינען דאָ אַ סך סודות התורה, ס'איז דאָך אָבער „אין מקרא יוצא מידי פּשוטו"ח), איז ווי קומט עס אַז אָדם הראשון איז נכשל געוואָרן.

ב. די ערקלערונג דערפון;

די גאַנצע כוונה פונעם יצר הרע איז אַז דער מענטש זאָל טאָן דעם היפּך פון דעם אויבערשטנס רצון. מיט זיינע אַלע טענות, אַז דער מענטש זאָל עובר זיין אַן עבירה אָדער ניט טאָן קיין מצוה ווייל ס'איז פאַרבונדן מיט שוועריקייטן און ס'איז אַ גרויסער נסיון, איז ער אויסן בלויז איין זאַך — דער מענטש זאָל עובר זיין אויף דעם אויבערשטנס רצון.

און דעריבער, וואָס מער אַ מצוה איז נוגע (צי מצד דעם מענטשן, צי מצד דעם אָרט, צי מצד דער צייט))),748אַלץ גרעסער זיינען די אָנשטרענגונגען וואָס דער יצר הרע מאַכט אויף ניט צולאָזן צו איר. און כאָטש דער אמת איז אַז דער מענטש קען גאַנץ לייכט מקיים זיין די מצוה, וויבאַלד אָבער אַז דער קיום המצוה איז זייער נוגע, קומט דער יצר הרע מיט אַלערליי טענות און סברות בכדי ניט צו דערלאַזן אַז דער מענטש זאָל אויספאָלגן דעם רצון העליון.

יעדער איינער פילט עס צייטנווייז אויך ביי זיך; עס זיינען פאַראַן ענינים אין קיום התורה ומצוות, וועלכע וואָלטן, לויטן שכל, געדאַרפט זיין אַ סך גרינגער צו מקיים זיין ווי אַנדערע ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט גרויסע אָנשטרענגונגען, דאָך פילט ער ביי זיך, אַז דוקא די גרינגערע ענינים קומען אים אָן זייער שווער. דער טעם אויף דעם איז, ווי גערעדט פריער, אַז אויף די ענינים וואָס זיינען דעם מענטשן איצט מער נוגע פאַרלייגט זיך דער יצר הרע שטאַרקער און שטעלט קעגן זיי אויף גרעסערע שוועריקייטן.

עס קען אַפילו אַמאָל זיין, אַז די ענינים וואָס קומען אָן שווערער זיינען אַ דרבנן אָדער בלויז אַ מנהג און די אַנדערע ענינים וואָס קומען אים אָן לייכטער זיינען אַ דאורייתא, אָבער בנוגע זיין נשמה זיינען דוקא די מצות דרבנן אָדער די מנהגים (באותה שעה) נוגע ביותר. ווי עס ווערט אַרומגערעדט אין חסידות דער מאמרח) „אבוך במאי הוה זהיר טפי", אַז יעדע נשמה האָט געוויסע מצוות וואָס זיינען באַזונדערס פאַרבונדן מיט איר שליחות למטה אין גוף, און אָט־די מצוות מוז זי אָפּהיטן בהידור ביותר, מער ווי אַלע אַנדערע מצוות אין וועלכע ער איז גלייך מיט אַלע אידן, און דעריבער מאַכט אויף דער יצר הרע פאַרשידענע שוועריקייטן אויף די דאָזיקע מצוות ווייל ער ווייסט אַז זיי זיינען נוגע אַממערסטן.

דאָס איז אויך איינער פון די ביאורים פונעם מאמר רז"לז) „כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו" — וואָרום וואָס גרעסער דער מענטש איז, אַלץ מער זיינען נוגע זיינע מצוות, און דעריבער פאַרלייגט זיך אויף דעם מער דער יצר הרע. (נאָך אַ טעם דערויף איז8 בכדי עס זאָל זיין בחירה חפשית, מוזן די כחות פון היפּך הקדושה זיין אין דער זעלבער מאָס און וואָג פון די כחות פון קדושה, און דעריבער איז „כל הגדול מחבירו", ער האָט מער כחות פון קדושה, איז אויך „יצרו גדול הימנו", האָט אויך זיין יצר הרע גרעסערע כחות).

און דאָס איז די ערקלערונג וואָס אָדם הראשון האָט זיך ניט געקענט באַהערשן און געגעסן פונעם עץ הדעת; ווייל ער איז דאָך געווען „יציר כפּיו של הקב"ה", און „כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו", בפרט אַז דער ציווי ניט צו עסן פון עץ הדעת איז געווען נוגע זייער שטאַרק — ווי מ'זעט עס פון דער גרויסער נפילה לו ולדורותיו ולדורות דורותיו עד סוף כל הדורות וואָס איז געקומען פון אָט־דעם חטא —749דעריבער האָט דער יצר הרע — וואָס איז דאַן געווען אָנגעטאָן אין דעם נחש)) — זיך פאַרלייגט אויף דעם אָדם ביים דאָזיקן חטא מיט אַלע כחות און אויפגערייצט אים צו עסן פונעם עץ הדעת.

ג. זאָגן די רז"ל, אַז ווען דער אויבערשטער האָט געגעבן די תורה האָט ער אָנגעזאָגט משה רבינו)) „כה תאמר לבית יעקב" — ווי די רז"ל טייטשן אויסי) „אלו הנשים", ער זאָל ריידן וועגן קבלת התורה פריער צו די פרויען, בכדי צו באַוואָרענען דעם דורכפאַל וואָס איז געווען ביים חטא עץ הדעת, וואו דעם ציווי מפּי הקב"ה האָט געהערט בלויז אָדם הראשון און ניט חוה, און דאָס האָט געגעבן אַן אָרט צום קלקול. ניט קוקענדיק דערויף וואָס אויף חוה'ן שטייט „ויבן את הצלע", אַז דער אויבערשטער אַליין האָט איר געבויט און אויך אַז עס איז געווען פון „אחת מצלעותיו" פון אָדם הראשון וואָס ער איז געווען „יציר כפּיו של הקב"ה" — האָט חוה, צוליב דעם וואָס זי האָט ניט געהערט דעם ציווי פון דעם אויבערשטן אַליין, געקאָנט צולייגן צום ציווי די ווערטער „ולא תגעו בו", וואָס האָט גורם געווען צום חטא עץ הדעתיא). ווען דער ציווי וואָלט געווען אויך גלייך צו איר, וואָלט זי גע'פּועל'ט אויך אויף אָדם הראשון ער זאָל ניט נכשל ווערן אין דעם חטא ניט קוקענדיק אויף אַלע שוועריקייטן וואָס דער יצר הרע האָט אויפגעמאַכט, ווי מ'זעט עס פון מאמר רז"ל ביי מתן תורה, כנ"ל120)).

ד. ווי געזאָגט פריער, אַז די סיפורי התורה (מלשון הוראה)18)) פון פּרשת בראשית זיינען אַלגעמיינע הוראות אויפן גאַנצן יאָר, איז אויך דאָס אויבן געזאָגטע אַ הוראה ווי עס דאַרף זיך פירן אַ אידישע הויז.

יעדע אידישע הויז דאַרף זיין אין אַן אופן פון „מקדש מעט", אַז דער אויבערשטער זאָל קענען זאָגן אויף דער הויז — „ושכנתי בתוכם", איך וועל דאָרט רוען. און וויבאַלד אַז די הנהגה פון דער הויז איז אָפּהענגיק אין דער עקרת הבית, דעריבער דאַרף מען פּועל'ן ביי איר ספּעציעל — און ניט אין אַן אופן פון „גזירה גזרתי" נאָר אין דרכי נועם ודרכי שלוםיד) — אַז זי זאָל האָבן אַ קאָך און אַ געשמאַק אין אידישקייט, וואָס דורך דעם וועט זי פאַרהיטן דאָס גאַנצע הויז, און אויך איר מאַן, פון מכשולים. ווי גערעדט פריער, אַז אויב חוה אַליין וואָלט געהערט דעם ציווי פון דעם אויבערשטן, וואָלט זי ניט נאָר ניט ברענגען קיין מכשול, נאָר אדרבה, זי וואָלט אויסהיטן אויך אדם'ען פון דעם איינריידן פון דעם נחש.

דעריבער דאַרף די ערשטע זאַך זיין דער „כה תאמר לבית יעקב" — אָפּגעבן זיך מיט די בני בית, און ווי באַוואוסט דער וואָרט פון רבי'ן (מהורש"ב) נ"עטז): אָט אַזוי ווי הנחת תפלין בכל יום איז אַ מצוה דאורייתא אויף יעדן אידן, אָן750אַ חילוק צי אַ גדול בתורה, צי אַן איש פּשוט, אַזוי איז אַ חוב גמור אויף יעדן אידן צו טראַכטן יעדן טאָג אַ האַלבע שעה וועגן דעם חינוך פון קינדער, און טאָן אַלץ, וואָס עס איז בכחו צו טאָן און יתר מכפי כחו, זען פּועל זיין ביי די קינדער, אַז זיי זאָלן גיין אין דעם דרך וואָס מען איז זיי מדריך.

און דאַן וועט אויך דער „ותגד לבני ישראל" האָבן אַ קיום, ווייל דאַן וועט די פרוי ניט בלויז ניט זיין קיין „כנגדו", זי וועט ניט שטערן איר מאַן, נאָר אדרבה, זי וועט אים זיין אַן „עזר"י), אַ הילף, ביז זי וועט אים אַרויסהעלפן מיט איר באַזונדערע מעלה פון „בינה יתירה ניתנה באשה יותר מבאיש"27)), און זי וועט פּועל'ן אין דער גאַנצער הויז, אַז עס זאָל דאָרט קענען זיין דער ושכנתי בתוכם.

דאָס איז אויך דער לשון אין ברכת

נשואין „כשמחך יצירך בגן עדן מקדם" (דער אויבערשטער זאָל פריילעך מאַכן די חת־כלה „ווי דו האָסט פריילעך געמאַכט דיינע מענטש־באשעפענישן אין גן עדן אַמאָל"). ולכאורה וואָס טוט אויף דער וואָרט „מקדם"? אַלע ווייסן דאָך אַז אָדם מיט חוה'ן בגן עדן זיינען געווען אַמאָל, מיט יאָרן לאַנג פריער1 נאָר דער „מקדם" מיינט אין גן עדן צייט — מקדם, ווי זיי זיינען געווען גאָר אין אָנהויבס, פאַרן חטא.

און דאָס ווינטשט מען דעם יונגן פאַר, אַז זייער לעבן זאָל זיין אינעם אופן ווי ביי אדם וחוה קודם החטא. עס זאָל ניט זיין קיין „כנגדו" נאָר אדרבה אַן „עזר", און די הויז זאָל זיך פירן אין אַן אופן פון „ושכנתי בתוכם" — „כשמחך יצירך בגן עדן מקדם".

(משיחת יום שמח"ת תשכ"ג)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-bbqtyjs5

עותקים

פעילות אחרונה

#176 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#171 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · נסגרה
#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · אושרה

מקורות