English
ספרייה

לקוטי שיחות

בהר

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

1007בהר

א. אין היינטיקער סדרה זאָגט אָן דה במצות ריבית מודה ביציאת די תורה אַז מען זאָל ניט געבן (און מצרים וכל הכופר במצות ריבית ניט נעמען)) קיין ריבית, און מען כאילו כופר ביציאת מצרים" (פון איז מסיים „אני ה' אלקיכם אשר דאַנען האָט מען אָפּגעלערנט און געהוצאתי אתכם מארץ מצרים גו' זאָגט; יעדער וואָס נעמט אויף זיך להיות לכם לאלקים". שטייט אויף דעם יאָך פון (זיין אָפּגעהיט אין) דעם אין ספרא; „מכאן אמרו כל ריבית, נעמט ער אויף זיך דעם עול המקבל עליו עול ריבית מקבל עול שמים, און יעדער וואָס נעמט פון שמים וכל הפּורק ממנו עול ריבית זיך אַראָפּ דעם יאָך פון ריבית, נעמט פּורק ממנו עול שמים . . שכל המו־ פון זיך אַראָפּ דעם עול שמים. יע־

דער וואָס איז מודה אין מצות ריבית,

איז ער מודה אין יציאת מצרים און

36) כן ווא עיסת הירושלמי ברכות ס"ס, יעדער וואָס לייקנט אין מצות ריבית. ה"ב. ב"ר סל"ה, ב. פסיקתא דר"כ פיסקא —

ויהי בשלח. — בענין שייכות הרשב"י

(והבעש"ס, שגילו סנימיות התורה) לאחי

השלוני, ראה סה"מ תש"ט ע' 172 בהערה או"א מישראל כו'".

ובלקוטי שיחות ח"ב ע' 512 בהערה.

41) ראה ילקוט ישעי' רמז תקג. פסיקתא

1) כי גם הלווה עובר (ע"ס דברים כג, כ). רבתי פ' דשבת ור"ח (וש"נ בהערות). לקו"ת שו"ע אדה"ז ריש הל' רבית.1008איז גלייך ווי ער לייקנט אין יציאת מצרים).

דאַרף מען פאַרשטיין די ספּעציעלע שייכות פון מצות ריבית (מער ווי פון אַנדערע מצוות) צו יציאת מצרים און צו קבלת עול שמים. די שייכות פון ריבית צו יציאת מצרים איז מבאר רש"י (לויט דער גמרא), אַז אַזוי ווי ביי יציאת מצרים האָט דער אויבערשטער אונטערשיידט צווישן אַ בכור און ניט קיין בכור, אַזוי ווייסט אויך דער אויבערשטער און רעכנט זיך אָפּ פון דעם וואָס אַנטלייט אַ אידן געלט אויף ריבית און זאָגט אַז דאָס געלט געהערט צו אַ ניט־אידן. אָבער דער ביאור ערקלערט די שייכות פון ריבית צו יציאת מצרים נאָר אין דעם ספּעציעלן פאַל ווען איינער אַנטלייט געלט בריבית זאָגנדיק „של נכרי הס", און אַפילו אין דעם פאַל גופּא — ניט אויב ער זאָגט עס ווייל אויב מ'וועט וויסן אַז של ישראל הם וועט דער לוה ניט וועלן לייען), אָדער בית־דין וועט ניט דערלאזן, נאָר ווייל ער מיינט אַז ח"ו דער אויבערשטער איז ניט מבחין, אַז דאָס געלט איז זיינע אייגענע, — איז עס אַ כפירה אין יציאת מצרים ווען דער אויבערשטער האָט מבחין געווען כו'. ס'איז דאָך אָבער ניט קיין ביאור אויף דער שייכות פון כללות מצות ריבית צו יציאת מצרים. גם — די שייכות פון ריבית צו עול שמים פאָדערט נאָך אַ הסבר.

פאַראַן מפרשים וואָס ערקלערן דאָס מיט דעם, וואָס בשעת איינער אַנטלייט געלט צו אַ צווייטן אידן אָן ריבית, ער טראַכט ניט דערביי וועגן דעם ריווח פון דעם, ווייזט ער דערמיט זיין בטחון אין דעם אויבערשטן און איז מקבל אויף זיך עול שמים, דעם אָנזאָג — אַרויסהעלפן אַ אידן אָן שום פאַרדינסט, מה־שאיןכן אַזאַ וואָס איז מלוה בריבית, ווייזט דאָס אַז ער איז ניט בוטח בה', און ער איז פון זיך פּורק דעם עול שמים.

דער ביאור איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק:

(א) דאָס איז ניט פאַרבונדן מיט עול שמיס, נאָר מיט מדת הבטחון.

(ב) דער העדר הבטחון איז ניט פאַרבונדן מיט דעם ענין פון ריבית, נאָר מיט גמילות חסדים. פאַר די פּסוקים פון מצות ריבית זאָגט די סדרה: „וכי ימוך אחיך גו' והחזקת בו"ב), מען זאָל אים אַנטלייען אָן קיין שום ריוח. ווען איינער וויל ניט אַנטלייען זיין געלט אָן ריווח, מורא האָבנדיק פאַר זיין פּרנסה וואָס דערפאַר וויל ער האַנדלען (און פאַרדינען) מיט זיין גאַנצע געלט, מיט יעדער פּרוטה, ווייזט ער דערמיט אַרויס אַז אים פעלט בטחון, ער איז אָבער ניט עובר אויף איסור ריבית (וואָרום ער האָט דאָך ניט אַנטליען).

ב. קבלת עול שמים — וואָס זיין אויסדרוק איז קיום המצוות — איז ענינו; מלמעלה איז מען זיך משתתף אין דער עבודה פון אידן. ס'איז ידועח) דער פּירוש אין ברכת המצות „אשר קדשנו במצותיו" (ער האָט אונז געהייליקט מיט זיינע מצוות) — מיט דעם אויבערשטנס מצוות, אויך דער אויבערשטער איז מקיים די מצוות. און אין דעם זיינען פאַראַן צוויי ענינים); (א) דער קיום1009המצוות למעלה וואָס פאַר דעם קיום המצוות פון אידן, וכמאמר רז"ל; „מה שהוא עושה הוא אומר לישראל לעשות"; (ב) דער קיום המצוות שלמעלה וואָס טוט זיך אויף דורכן קיום המצוות פון אידן. כמאמר רז"ל): „כל הקורא בתורה הקב"ה קורא ושונה כנגדו", און ווי דאָס איז אין תורה, אַזוי איז עס אויך אין מצוות.

מובן, אַז דאָס וואָס די מצוות פון אידן טוען־אויף דעם קיום המצוות למעלה, איז עס ניט ווייל זיי האָבן צווישן זיך אַן ערך, וואָרום נברא האָט דאָך ניט קיין שום ערך צו בורא; נאָר כך עלה ברצונו יתברך, אַז די מצוות וואָס אידן טוען זאָלן אויפטאָן כביכול למעלה.

דאַרף מען פאַרשטיין; וואָס איז טאַקע דער טעם אויף דעם רצון, אַז די עבודה פון אידן למטה זאָל כביכול ווירקן למעלה, כאָטש זיי זיינען באין ערוך.

דער ענין פון דעם קיום המצוות שלמעלה וואָס פאַר דער עבודה פון אידן למטה, איז מובן, ווייל מיט דעם וואָס „הוא עושה" גיט ער אַ כוח „לישראל לעשות", אַ כוח אויף קיום המצוות פון אידן. אָבער וואָס איז דער ביאור אויף דעם, אַז דורך דעם וואָס אידן טוען זאָל דאָס זעלבע ווערן אויפגעטאָן אויך למעלה?

ג. צו פאַרשטיין דאָס, דאַרף מען פריער מבאר זיין כללות ענין העבודה. לכאורה, צוליב וואָס דאַרף מען דעם סדר אַז אידן מוזן האָבן ענין העבודה, זאָל זיי דער אויבערשטער געבן אַלע השפּעות מלמעלה, בדרך

5) תדבא"ר רפי"ח. יל"ש איכה רמז תתרל"ד. אתערותא דלעילא. ובפרט לפי הידוע, אַז די כוונה פון דער בריאה איז געווען „כדי להטיב לברואיו")), ווייל דער אויבערשטער איז תכלית הטוב און „טבע הטוב להטיב"ז) — איז מצד להטיב וואָלטן די ברואים געדאַרפט באַקומען אַלע זייערע השפּעות אויך אַן עבודה?

שטייט דער ביאור אויף דעם; ווען איז די השפּעה אמיתית הטוב, ווען דער מקבל באַקומט זי פאַרדינטערהייט, ניט אומזיסט. בשעת מען גיט עמעצן אַ מתנת חנם, אויף וועלכער יענער האָט ניט געהאָרעוועט, הייסט עס „נהמא דכסופא". און וויבאַלד אַז „טבע הטוב להטיב" האָט דער אויבערשטער געוואָלט געבן אידן דעם אמת'ן טוב, דעריבער האָט ער איינגעשטעלט אַז די השפּעות זאָלן זיי באַקומען דורך עבודה דוקא.

לויט דעם וועט מען אויך פאַרשאיין פאַרוואָס די עבודה פון אידן טוט אויף כביכול למעלה:

ווען מען באַקומט באַצאָלט (אַ השפּעה) פאַר אַן אַרבעט (ניט אומזיסט) אָבער די אַרבעט איז אַזאַ וואָס גיט ניט דעם באַצאָלער (משפּיע) קיין תועלת, איז דער שכר וואָס מען באַקומט פאַר דער עבודה נאָך אַלץ אין דעם גדר פון „נהמא דכסופא", וויבאַלד דער מקבל ווייסט, אַז די אַרבעט, פאַר וועלכער מען גיט אים די השפּעה, טוט גאָרניט אויף, און, במילא, קומט ניט קיין שכר פאַר איר.

דעריבער האָט מען מלמעלה אויסגעשטעלט דעם סדר, אַז די עבודה פון אידן זאָל אויפטאָן למעלה (די זעלבע מצוות וואָס זיי טוען למטה), בכדי אַז1010דער שכר זאָל כלל ניט זיין קיין „נהמא דכסופא"; זייער עבודה טוט דאָך אויף למעלה — פאַרדינען זיי באמת שכר פאַר זייער עבודה.

ד. נאָך אַ טעם2

אַן אַרבעט, וואָס זי אַליין ברענגט ניט קיין נוצן — אפילו אויב מען באַקומט פאַר איר שכר — איז אין טאָן די אַרבעט — ניטאָ קיין חיות און געשמאַק. ובמילא, איז זייער שווער צו דורכפירן די אַרבעט און זי פאַרמאַטערט זייער, אַן עבודת פּרך

(ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט אַ משל אויף דעם; אַ פּריץ האָט אַריינגערופן אַ פּויער און אים געהייסן „אַרבעטן" מיט אַ מגל (סערפּ), באַוועגן אים הין און צוריק ביים פּריץ אין צימער פּונקט ווי ער טוט עס ביי דער אַרבעט אויפן פעלד, און ער האָט אים צוגעזאָגט צאָלן פאַר דער „אַרבעט". לכתחילה האָט דער פּויער מסכים געווען, אָבער נאָכן טאָן די אַרבעט במשך אַ קורצע צייט, האָט ער חרטה געהאַט, טענה'נדיק: „ראַבאָטו ניע ווידאָט" — די אַרבעט זעט זיך ניט אָן).

דעריבער האָט מען מלמעלה אויסגעשטעלט אַז די עבודה פון אידן זאָל אויפטאָן למעלה, וואָס די ידיעה גיט אַ חיות און אַ געשמאַק אין דער עבודה. אויך — די ידיעה גיט כח צו שטעלן זיך אַנטקעגן דעם יצר הרע20)), פילנדיק, אַז די עבודה איז נוגע ביז אין עצמותו ומהותו כביכול.

ה. היות אַז אַלע המשכות מלמעלה קומען דורך דער עבודה פון אידן, איז כשם ווי דאָס איז בנוגע צו דער המשכה פּרטית פון יעדער מצוה באַזונדער, און אַ מצוה שלמעלה ווערט אויפגעטאָן דורך די זעלבע מצוה וואָס אידן טוען, אַזוי איז אויך בנוגע דעם כללות הענין גופא; אַז די עבודה פון אידן זאָל אויפטאָן למעלה, קומט עס דורך עבדה. און די עבודה איז — מצות ריבית.

ריבית מיינט: באַקומען ריווח פון געלט פאַר אַנטלייען זיי. ד.ה. באַקומען ריווח פאַר דעם וואָס אַמאָל איז געווען די געלט זיינע (כאָטש אַז איצטער איז די געלט שוין אַרויס פון זיין רשות צום רשות פון לווה), און דורך אַנטלייען די געלט אַמאָל, האָט ער (דער מלוה) געגעבן דאַמאָלס אַ מעגלעכקייט צום לווה, צו האַנדלען מיט זיי. אויסהיטן זיך פון ריבית מיינט, צו באַקומען ריווח נאָר פון דעם וואָס באַלאַנגט צו אים איצטער. (וואָס דאָס איז דאָך אויך דער ענין פון „היתר עיסקא", אַז אַ טייל פון די געלט בלייבט דעם מלוה'ס, ער גיט עס בלויז בפּקדון צום לווה, און דעם ריווח באַקומט ער נאָר פון דעם טייל געלט וואָס באַלאַנגט אויך איצטער צו אים ועל־דך־זה — שכירת בהמה וכלים).

אַזוי ווי אַ איד איז זיך נוהג מיס אַ צווייטן אידן, אַזוי פירט מען זיך מיט אים מלמעלה: אויב ער איז עובר אויף איסור ריבית, ער נעמט איצט ריווח דערפאַר וואָס ער האָט אים פריער געגעבן געלט, איז אויך אַזוי1011די הנהגה מלמעלה מיט אים ; איצטער איז מען מלמעלה כביכול זיך ניט משתתף אין זיין עבודהיב); עס איז נאָר פאַראַן דער געבן עם „געלט", כח — דער קיום המצוות שלמעלה — איידער ער הייבט אָן „האַנדלען" — טאָן זיין עבודה; דאָס גיט אים כח צו טאָן די עבודה. בשעת אָבער ער איז מקיים מצות ריבית, פירט מען זיך מיט אים אויך מלמעלה, אַז ניט נאָר וואָס מ'גיט אים פריער כח צו טאָן די עבודה, נאָר מ'איז זיך מלמעלה מיט אים משתתף איצטער, אין דער עבודה אַליין — „הקב"ה קורא ושונה כנגדו".

און דאָס איז די שייכות פון מצות ריבית מיט קבלת עול שמים און מיט יציאת מצרים; מצות ריבית איז אַ ענין (וסדר) כללי 28)), דורך איר ווערט כביכול דער אויבערשטער אַ שותף מיט דעם אידן אין זיין עבודה — קבלת עול שמים (קיום המצוות) און וויבאַלד אַז ער איז פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, גייט ער אַרויס פון אַלע מצרים והגבלות — יציאת מצרים.

ו. צדיקים דומים לבוראםיג). פּונקט ווי די הנהגה פון דעם אויבערשטן איז, אַז ניט נאָר וואָס ער גיט פריער כח אויף דער עבודה פון תורה און מצוות, נאָר אויך שפּעטער, ווען אידן זיינען שוין מקיים מצוות בפּועל, איז אויך ער מקיים די מצוות וואָס אידן טוען; די זעלבע הנהגה איז אויך כביכול ביי צדיקים וביחוד באַ נשיאי ישראל — וואָס זיי זיינען דער ממוצע המחבר אידן מיטן אויבערשטןיד) — אַז ניט נאָר וואָס זיי גיבן אַ כח צו זייערע שלוחים צו טאָן דערנאָך זייער שליחות, נאָר אויך זיי אַליין טוען די זעלבע עבודה וואָס זיי האָבן אַרויפגעלייגט אויף זייערע שלוחים.

אָט־די הנהגה האָט מען געזען בגלוי ביותר ביי כ"ק מו"ח אדמו"ר; ניט נאָר וואָס ער האָט געשיקט שלוחים און געגעבן זיי דעם כח צו אויפטאָן אין החזקת היהדות בכלל והפצת המעינות בפרט, נאָר אויך ער האָט שטענדיק (ניט נאָר די ערשטע יאָרן, נאָר אויך די שפּעטערדיקע יאָרן, ווען ער האָט שוין אויפגעשטעלט1012תלמידים ותלמידי תלמידים, וואָס זיי האָבן געקענט טאָן די אַרבעט) זיך אַליין אָפּגעגעבן מיט דער עבודה.

און דאָס איז אַ הוראה פאַר אַלע זיינע מקושרים והולכים בעקבותיו; מען זאָל זיך ניט באַנוגענען דערמיט וואָס זיי האָבן אויפגעשטעלט תלמידים וועלכע זיינען זיך שוין עוסק אין הרבצת התורה והפצת המעינות, מאַכנדיק אַ חשבון; וויבאַלד אַז די אַרבעט וואָס זייערע תלמידים טוען, קומט דאָך דורך זייער השפּעה, במילא וועלן אויך זיי, די משפּיעים, באַקומען דעם תוספות אור וואָס ווערט נמשך דורך עבודת התלמידים; זיי דאַרפן שוין איצטער ניט טאָן מיט אַ זולת, נאָר זיי וועלן זיך עוסק זיין אין תורה פאַר זיך אַליין. אַזאַ הנהגה — באַקומען

ריוח (דעם תוספות אור) פאַר דער עבודה פון אַמאָל — איז (בדקות) אַן ענין פון ריבית. מען דאַרף שטענדיק טאָן ניט נאָר מיט זיך, נאָר אויך מיט יענעם; טאָן די זעלבע אַרבעט וואָס עס פאָדערט זיך פון זייערע תלמידים.

און דער שכר פאַר דער הנהגה פון זיין נזהר אין ריבית איז, אַז אויך אין זייער אייגענער עבודה וועלן זיי האָבן די השתתפות פון רבי'ן דעם נשיא, און דורך אים — וואָס ער איז עומד בין ה' וביניכם — די השתתפות פון אויבערשטן, קבלת עול שמים, וואָס דאָס וועט פּועל'ן ביי זיי אויך דעם ענין פון יציאת מצרים, דאָס וועט זיי אַרויסנעמען פון אַלע זייערע מצרים און הגבלות.

(משיחת ש"פ בהו"ב תש"י)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-wvqjs8rh

עותקים

פעילות אחרונה

#172 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · אושרה

מקורות