לקוטי שיחות
ויצא
7879 9צ אַ
א. יעקב אָבינו ווערט אָנגערופן „בחור שבאבות"א) (דער אויסדערוויילטער פון די אָבות). איינע פון די שלימות'ן פון יעקב אָבינו לגבי די אבות אברהם און יצחק איז; „אברהם — יצא ממנו ישמעאל" און „יצחק — יצא ממנו עשו", ד. ה. אַז זייערע מדריגות פון קדושה האָבן דערגרייכט ניט אַלע זייערע קינדער, ס'איז געווען אויך אַ „יצא ממנו", ישמעאל און עשו זיינען אַרויסגעגאַנגען פון זייער שייכות צו אברהם און יצחק. אָבער ביי יעקב איז געווען „מטתו שלימה"ב), אַלע זיינע קינדער זיינען געווען גאַנץ, ווייל צו זיי אַלעמען האָט דערגרייכט די קדושה פון יעקב אָבינו.
(הגם אַז תורה רופט אָן די מעשה ראובן: „בלבל יצועי אביו", — ווייל כאָטש „כל האומר ראובן חטא אינו אלא טועה" (דער וואָס זאָגט אַז ראובן האָט געזינדיקט האָט ער דערין אַ טעות) און דאָ למטה איז ער ניט באַגאַנגען קיין חטא, נאָר ער האָט עס געטאָן צוליב כיבוד אם,
ווי ס'איז מבואר דאָרט אין גמרא)), וויבאַלד אָבער די תורה אַליין ברענגט אַז ס'קען זיין אַ מיינונג, אַן „אומר" אַז „ראובן חטא", באַווייזט דאָס גופא אויף אַ געוויסן חסרון אין דער הויכער מדריגה וואו ראובן איז געשטאַנען, ווי אַרומגערעדט כללות ענין זה בכמה מקומות און אויך בביאור אין חסידות אָנהויבנדיק פון בעש"ט. פונדעסטוועגן האָט אויך ראובן באַקומען אַלע ענינים פון יעקב אבינו, און אדרבה, נאָך מער פון זיינע ברידער, „יתר שאת ויתר עז")), וואָס דערפאַר ווערט ער אויך „בשעת הקלקלה" גערופן „בכור יעקב". ווי מבואר פון דעם פּירוש במאמר רז"לח): „כבד את אביך, לרבות אָחיך הגדול" — אַז פון „את אביך" לערנט מען אַרויס אַז מען דאַרף אָפּגעבן788כבוד דעם עלטסטן ברודער, זעט מען אַז כיבוד אָחיך הגדול איז איין זאַך מיט כיבוד אב, ווי דער מהרח"ו זאָגטז): „רוחא קדמאה דשביק בה", אין דעם בן הבכור ווערט איבערגעגעבן דער רוח האב, און מיטן מכבד זיין דעם בכור איז מען אויך מכבד דעם פאָטער).
וואָס דאָס איז אויך דער פּשט פון דעם מאמר הגמראח); „שופרי' דיעקב מעין שופרי' דאדם הראשון", די שיינקייט פון יעקב אבינו איז געווען „מעין", ענלעך צו דער שיינקייט פון אדם הראשון. אדם הראשון האָט אין זיך כולל געווען אַלע נשמות ביז סוף כל הדורות. דערפאַר איז אַלץ וואָס ער האָט געטאָן נוגע צו אַלעמען. און ווען ער האָט געהאָט אַ ירידה דורך דעם חטא עץ הדעת האָט עס גלייכצייטיק אויך גע'פּועל'ט אַ ירידה אין אַלע שפּעטערדיקע נשמות. וואָס דערפאַר זיינען געווען צדיקים וואָס „מתו בעטיו (צוליב דער עצה) של נחש")), זיי זיינען אַוועק פון דער וועלט נאָר צוליב דעם חטא עץ הדעת פון אדם הראשון. און אַזוי האָט אויך יעקב, וואָס ער איז „מעין שופרי' דאדם הראשון", כולל געווען אַלע שפּעטערדיקע נשמות, זיינען אַלע גוטע זאַכן וואָס ער האָט געטאָן (ווייל „מדה טובה מרובה ממדת פורעניות"י), די גוטע מאָס איז פיל גרעסער ווי די פאַרקערטע) געווען נוגע ניט נאָר אים, נאָר רירן אָן אַלע יוצאי חלציו, — „מטתו שלימה".
ב. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אַלע איינצלהייטן פון די פּאַסירונגען וואָס די תורה דערציילט וועגן יעקב אָבינו — אויסער דעם וואָס אַלע סיפּורי התורה זיינען ניט ח"ו קיין דערציילונגען פון אַ געשיכטע־בוך נאָר תורה איז פון לשון הוראהיא), ובפרט די סיפּורים פון „מעשה אָבות", וואָס זיי זיינען „סימן (און הוראה) לבנים"יב) — האָבן זיך די זעלבע פּרטים אָפּגעטאָן ביי אַלע נשמות ישראל ווי זיי זיינען געווען כלול אין דער נשמה פון יעקב אבינו, ובמילא זיינען זיי אויך אַ ווע־ווייזונג און אַ נתינת כוח פאַר די נשמות נאָכדעם ווי זיי זיינען נתגלה געוואָרן בירידת הנשמה למטה, נאָך אין אַ גרעסערע מאָס ווי די הוראה וסימן לבנים פון די מעשה אָבות אברהם ויצחק.
ג. אין פּרשת ויצא דערציילט די תורה אַז יעקב איז געגאַנגען פון ארץ ישראל (באר שבע) קיין חרן צו לבן'ען; און ווי ביי זיין אָנהויבן גיין פון ארץ ישראל איז באַלד געשען „ויפגע במקום וגו'"; נאָכדעם דערציילט זיך זיין אָנקומען צו לבן'ען, ווי יעקב האָט ביי אים געאַרבעט צוואַנציק יאָר, ווי ער האָט חתונר געהאַט און אויפגעשטעלט די שבטים; זיין גיין צוריק פון חרן קיין ארץ ישראל, און ווי גייענדיק צוריק האָבן אים באַגעגנט „מלאכי אלקים".
ווי אויבן גערעדט זיינען די אַלע פּרטים אַ הוראה און זיי זיינען דאָ ביי כל ישראל;
די פליכט פון יעדער אידן איז צו אַרויסגיין פון ארץ ישראל, אהלי שם789ועבר — אַרויסגיין פון די ד' אַמות פון תורה, דער לימוד זאָל זיין מביא לידי מעשה, גיין קיין „חרן"יג), „חרון אַף של מקום בעולם", ד. ה. אין דעם קאָך פון וועלט און דאָרט האָבן צו טאָן מיט „לבן הארמי" און פון אים אַרויסנעמען די ניצוצות הקדושה וואָס געפינען זיך ביי אים, און דוקא דאָרט זאָל ביי דעם אידן זיין מטתו שלימה.
און ווען מ'פירט זיך אַזוי, איז דער גיין קיין חרן ניט קיין ירידה אמתית, נאָר אדרבה, „ויפרץ האיש מאד מאד"יד), מען האָט גרויס הצלחה סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות, און ווען מ'גייט דערנאָך צוריק קיין ארץ ישראל איז, ווי דער פּסוק פירט אויס — „ויפגעו בו מלאכי אלקים".
און ווי ער איז מדייק אין זוהריח): אַז ווען יעקב איז אַרויס צו גיין קיין חרן, איידער ער האָט געאַרבעט אין חרן און געבוירן די שבטים — איז כאָטש ער האָט געלערנט אַ סך תורה בבית עבר — שטייט אין פּסוק „ויפגע במקום", ער האָט געדאַרפט קומען און זוכן דעם „מקום", דעם גילוי אלקות, און אויך דאַן האָט מען אים דעם גילוי געוויזן בלויז אין חלום. אָבער נאָכדעם ווי ער איז שוין געווען אין חרן און האָט דאָרטן דורכגעפירט זיין שליחות, ער האָט דאָרט געאַרבעט, חתונה געהאַט און איז געקומען צוריק מיט די שבטים, שטייט „ויפגעו בו מלאכי אלקים", אַז די מלאכי אלקים מיטן אויבערשטן כביכולי), האָבן געזוכט אים צו באַגעגענען; און נוסף על זה איז אָטדער גילוי געווען ניט בחלום נאָר בהקיץ. (און כאָטש דער מדרש טייטשטיז) אַז „מלאכי אלקים" מיינט ששים רבוא אָדער ק"כ רבוא מלאכים, איז אָבער דער זוהר, פּנימיות התורה, מגלה די פּנימיות פון דעם ענין, אַז דער אויבערשטער אַליין האָט זיך צו אים באַוויזן).
אַזוי איז ביי יעדער אידן; כל זמן ער איז אין ארץ ישראל, ער איז איינגעשלאָסן אין די אייגענע עניני קדושה, פאַרנומען נאָר מיט זיך אַליין, איז ווי גרויס ער זאָל ניט זיין, קען ער ניט צוקומען צו דער מדריגה און דערהויבנקייט צו וועלכע ער דערגרייכט דורך זיין גיין קיין „חרן", צו טאָן אין וועלט און מקרב זיין אידן און מאַכן אידן. און ווי נאָר אַ איד גייט אַרויס פון ארץ ישראל צו אויפטאָן אין וועלט, מיט נאָך אידן, גיט מען אים אַ כח מלמעלה, וואָס דאָס איז „ויפגע במקום", ער זאָל קענען דורכפירן זיין שליחות. און נאָכדעם ווי ער פירט אויס זיין שליחות, איז ער דאַן דורך זיין עבודה ממשיך אַ העכערן אור — די העכערע אתערותא דלעילא180)) וואָס קומט נאָך דער אתערותא דלתתא — „ויפגעו בו מלאכי אלקים".
ד. דאָס איז די הוראה פון דעם אַלגעמיינעם אינהאַלט פון דער פּרשה. אָבער, ווי געזאָגט פריער, אויך די איינצלהייטן וואָס האָבן פּאַסירט מיט יעקב אבינו אויף זיין וועג קיין חרן790און אויך די געששענישן זייענדיק אין חרן, זיינען אונז נוגע אין עבודהיט).
דער מדרש זאָגטכ) אויפן פּסוק „וישכב במקום ההוא": „כאן שכב, אבל כל י"ד שנה שהי' טמון בבית עבר לא שכב" (אַז די פערצן יאָר וואָס יעקב האָט זיך אויסבאַהאַלטן און געלערנט תורה בבית עבר האָט ער זיך ניט געלייגט שלאָפן). נאָך אַ פּשט איז אין מדרש אויף דעם: „כל כ' שנה שעמד בביתו של לבן לא שכב" (די גאַנצע צוואַנציק יאָר וואָס ער איז איינגעשטאַנען אין דער הויז פון לבן האָט ער זיך ניט געלייגט שלאָפן), ווי עס שטייט אין פּסוק: „ותדד שנתי מעיני". און נאָכמער — לא שכב. לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק: מילא דאָס וואָס יעקב איז ניט געשלאָפן בבית עבר איז ווייל ער האָט דאָרט געלערנט תורה; אָבער פאַרוואָס האָט ער זיך אַזוי מוסר נפש געווען *כ) און זיך ניט געלייגט שלאָפן די גאַנצע צוואַנציק יאָר וואָס ער איז געווען בבית לבן?
נאָר ווי גערעדט פריער ענינו איז פאַרשטאַנדיק אויך דער פּרט. זיין גיין קיין חרן און דער זיין דאָרט איז געווען בכדי צו אויפטאָן אין וועלט, מברר זיין די ניצוצות פון קדושה וואָס געפינען זיך ביי לבן'ען. איז דערפאַר „לא שכב" די גאַנצע צייט דאָרטן, ווייל ער האָט כסדר געדאַרפט זיין וואַכזאַם און זיך שטאַרקן אויף לבן הארמי, וואָס האָט זיך קעגנגעשטעלט צו דער עבודת הבירורים פון יעקב אבינו.
לבן האָט גע'טענה'ט צו יעקב אבינו און זיינע יורשים אין יעדער דור טענה'ן צו יעקב'ס אייניקלאַך; מילא דו ביסט אַן אַלטער איד, מילא פיר זיך ווי דו ווילסט; דו ביסט סייווי פון דער אַלטער וועלט, קענסטו זיך זיצן און לערנען תורה גאַנצע טעג און נעכט, אָבער וואָס ווילסטו פון די קינדער? זיי געהערן צו דער מאָדערנער צייט — „הבנות בנתי והבנים בני", (זיי זיינען מיינע, לבן'ס, קינדער); זיי זיינען דאָך יונגע קינדער, איז פאַרוואָס מאַכסטו זיי פאַר קאַליקעס, זיי זאָלן זיך ניט קענען צופּאַסן צו דער וועלט? דו ווילסט מיט זיי לערנען אידישקייט — מהיכי תיתי, נאָר טו דאָס אין אַ מאָדערנעם אופן, מיט די נייע מעטאָדעס. מאַך זיי ניט פאַר קיין בטלנים!
דאָס זעלבע האָט ער אויך גע'טענה'ט ביי „והצאן צאני": בהנוגע דיין לערנען און דאַוונען מיש איך זיך נישט, אָבער ווען עס קומט צו געשעפטזאַכן איז — „והצאן צאני" — דאַרפסטו זיך פירן אין מיינע וועגן, אין די וועגן פון לבן הארמי; אַז צוליב פאַרדינען פון אַ מסחר דאַרף מען זיך ניט רעכענען מיט די איסורים פון רמאות, הסגת גבול א. א. וו. מיט דיין פירן זיך על פּי תורה אין מסחר אין שווער צו „מאַכן אַ לעבן".
און דעריבער האָט זיך יעקב מוסר נפש געווען, „ותדד שנתי מעיני" און נאָכמער אַז אינגאַנצן לא שכב, ניט בלויז אויף די רוחניות'דיקע ענינים, ווי לערנען תורה בבית עבר, נאָר אויך אין די ענינים אויף וועלכע לבן האָט געזאָגט „הבנות בנתי והבנים791בני והצאן צאני", אויך אויף די זאַכן וואָס לבן קען מיינען אַז זיי באַלאַנגען צו אים האָט יעקב געהאָרעוועט ביז צו מסירות נפש, — ווי ער האָט געזאָגט: „עבדתיך ארבע עשרה שנה בשתי בנתיך ושש שנים בצאנך", — כדי דאָס אַלעס זאָל זיין על פּי תורה, און דורך דעם מברר זיין די ניצוצות הקדושה וואָס געפינען זיך אין רשות פון לבן'ען, און ממשיך זיין ג־טלעכקייט אויך אין די דברים הגשמיים.
ה. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט דאָרט ווייטער אין מדרש: „ומה הי' אומר" (וואָס האָט יעקב געזאָגט אין דער צייט וואָס לא שכב בבית לבן?) ענטפערט אויף דעם דער מדרש: „ט"ו שיר המעלות שבספר תהלים" ווי עס שטייט: „שיר המעלות וגו' יאמר נא ישראל", „ישראל" מיינט „ישראל סבא", יעקב אבינו. נאָך אַ דעה איז דאָ אין מדרש: „כל ספר תהלים הי' אומר", ער האָט געזאָגט דעם גאַנצן ספר תהלים, ווי עס שטייט: „ואתה קדוש יושב תהלות ישראל", אַז ישראל סבא", יעקב אבינו, האָט געזאָגט „תהלות" צו דעם אויבערשטן.
לכאורה, וואָס פרעגט דער מדרש „מה הי' אומר", וואָס האָט ער געטאָן אין די נעכט — ער איז דאָך געווען פאַרנומען מיט היטן צאן לבן? נאָר דאָס איז זיכער, אַז בכדי צו היטן צאן לבן וואָלט זיך יעקב ניט מוסר נפש געווען, נאָר ער האָט עס געטאָן צוליב מברר זיין די ניצוצות הקדושה וואָס געפינען זיך ביי לבן'ען. פרעגט אויף דעם דער מדרש; מיט וואָס פאַר אַ כוחות האָט יעקב דורכגעפירט די עבודת הבירורים, אַז ניט נאָר האָבן די נידעריקע ענינים פון לבן הארמי אים ניט מוריד געווען, נאָר אדרבה, ער האָט זיי אויפגעהויבן צו קדושה? און אויף דעם ענטפערט דער מדרש, אַז ער האָט געזאָגט „שיר המעלות וגו' מאין יבוא עזרי", ער האָט געפילט, אַז מיט אייגענע כוחות קען מען גאָרניט אויפטאָן, און נאָר „מאין", דורך דעם וואָס ער איז אינגאַנצן בטל — „יבוא עזרי", וועט ער געהאָלפן ווערן, ווייל ער האָט זיך פאַרלאָזט נאָר אויף דעם אויבערשטן, „עזרי מעם ה'" — איז אים נמשך געוואָרן דער עזר, די הילף פון דעם אויבערשטן, און דאָס האָט אים געגעבן די כוחות צו מברר זיין די ניצוצות וואָס ביי לבן'ען, ווייל ער האָט מגלה געווען אין דער אַרבעט אַז דער אויבערשטער איז „עושה שמים וארץ", ער איז דער בעל הבית און גיט כח סיי אין עניני „שמים" (תורה, וואָס יעקב האָט געלערנט בבית עבר), סיי אין עניני „ארץ", אין די נידעריקע ענינים פון חרן („חרון אף של מקום בעולם"), אין דער וועלט פון לבן הארמי.
ו. און פון די פּרטי הסיפור פון יעקב אבינו האָבן מיר אויך אַן אָנווייזונג פאַר אונז, אַז בכדי צו קענען טאָן מיט וועלט דאַרף מען האָבן אַ טאָפּלטע באַוואָרעניש ; א) איידער מען גייט קיין חרן דאַרף מען זיך פריער אינגאַנצן געפינען אין די ד' אמות פון תורה און תפילה און ניט האָבן צו טאָן מיט וועלט, אַזוי ווי יעקב אבינו איז געווען בבית עבר — תורה, און „ויפגע במקום" — ווי די חז"ל טייטשןכא) אַז דאָס מיינט תפילה;792ב) אויך ווען מען געפינט זיך שוין אין חרן און מ'אַרבעט ביי לבן'ען, דאַרף מען זיין פאַרנומען מיט עבודת הבורא, ווי זאָגן תהלים אד"גכב). און דאַן האָט מען די הילף פון דעם אויבערשטן אויף דורכפירן די שליחות צוליב וועלכער די השגחה העליונה שיקט קיין חרן.
אויך אין טעגלעכן לעבן דאַרף זיין ביי אַ אידן די זעלבע ענינים; אין אָנהויבס טאָג, איידער אַ איד גייט אַוועק צו זיינע עסקים, דאַרף ער אָפּגעבן אַ משך זמן אויף תפילה און תורה. די ערשטע זאַך נאָכן אויפשטיין פון שלאָף דאַרף אַ איד דאַוונען; נאָכן דאַוונען דאַרף ער האָבן אַ קביעות צו לערנען אַ שיעור אין תורהכג). און ווען ער איז שוין אָנגעזאַפּט מיט תפילה און תורה, קען ער זיך דאַן פאַרנעמען מיט זיינע עסקים. און אויך ווען ער איז פאַרנומען אין זיינע געשעפטן, דאַרף זיין בלויז „יגיע כפּיך"כד), אַז נאָר די „הענט" (די אויסערלעכע כוחות) זאָלן זיין אַריינגעטאָן אין דעם, אָבער די קאָפּ זאָל זיך פאַרנעמען מיט אַ פּרק משניות, אַ פּרק תניא, מיט זאָגן אַ קאַפּיטל תהלים אד"ג. נאָך מערער; אויך אין זיינע עסקים און אין זיין אַרבעט גופא ווען ער געפינט זיך אין וועלט דאַרף זיין קענטיק אַז ער איז אַנדערש פו, די מענטשן אַרום אים — „ונפלינו אני ועמך מכל העם אשר על פני האדמה", אַ איד דאַרף זיין אַלעמאָל אָפּגעטיילט און אויסגעצייכנט פון דער אַרומיקער סביבה מיט זיין קדושה'דיקער הנהגה אין אַלץ וואָס ער טוט — „בכל דרכיך דעהו".
ז. בעיקר דאַרף זיין קענטיק די באַזונדערע קדושה־הנהגה אין חינוך הבנים והבנות, אין דער איינשטעלונג פון דער הויז־פירונג. ניט נאָר פירט זיך זיין הויז אינגאַנצן אַנדערש ווי דאָס הויז פון אַ ניט־אידן, להבדיל, נאָר אפילו מיט אַ העכערער דרגת קדושה ווי די הנהגת הבית פון יענע אידן, שומרי תורה ומצוה, וואָס ביי זיי הערן זיך שטאַרק אָן די וועלטלעכע הנחותכח) ; ביי אים הערט זיך793אָן אין אַלע עניני הבית בלויז דעת תורה — אידישקייט און הייליקייט.
און אויך דאָס לערנען מיר אַרויס פון מעשה אבות, פון דער הנהגה פון בית יעקב. די תורה דערציילט; „וילך ראובן בימי קציר חטים וימצא דודאים בשדה", און רש"י איז מפרש; „להגיד שבחן של שבטים, שעת הקציר הי' ולא פשט ידו בגזל להביא חטים ושעורים, אלא דבר ההפקר שאין אדם מקפּיד בו" (די תורה דערציילט דאָ דעם שבח פון די שבטים; כאָטש ס'איז געווען די שניט־צייט, האָט ראובן ניט גענומען קיין ווייץ און גערשטן נאָר „דודאים", אַ זאַך וואָס איז געווען הפקר, וואָס קיינער איז דערויף ניט מקפּיד).
דערפון וואָס רש"י זאָגט „להגיד שבחן של שבטים", איז פאַרשטאַנדיק אַז פון די אַלע אַרומיקע האָט זיך קיינער אַזוי ניט געפירט. אָבער די שבטים האָבן געוואוסט אַז זייער הנהגה דאַרף זיין אַנדערש, זיי דאַרפן זיך אויפפירן אין יעדן פּרט אין אָן אופן פון תורה און קדושה. אַזוי האָט יעקב איינגעפירט אין זיין הויז, אַז זיין הויז איז אַנדערש פון אַלעמענס.
מען דאַרף ניט נאָכגיין דעם רוח הזמן. און דאָס דאַרף זיין אין אַזאַ קענטיקן אופן, אַז די קינדער זאָלן וויסן אַז זייערע טאַטע־מאַמע זיינען אַנדערש ווי אַלע; אַנדערע פרויען זיינען אָנגעטאן אין ניטבהידורצניעות'דיקע קליידער, אָבער זייער מוטער גייט אָנגעטאָן צניעות'דיק בתכלית; אַנדערע טאַטעס זיינען ניט אָפּגעהיט פון אָפּנאַרן אַ צווייטן אין געשעפט, אָבער זייער טאַטע זוכט קיינעם ניט אָפּנאַרן, ער האַנדלט ערלעך א. ז. וו.
אפילו בשעת דאָס קינד איז נאָך קליין און קען נאָך ניט באַגרייפן די באַדייטונג פון תורה און קדושה, קען ער אָבער אויך שוין דאַן פילן אַז זיין היים טיילט זיך אויס פון אַנדערע היימען — „ונפלינו". במילא לערנט זיך דאָס קינד ניט אָפּ פון אַנדערע קינדער; נאָר אדרבה, ווען ער זעט ווי אַנדערע קינדער פירן זיך אויף ניט ווי עס דאַרף צו זיין און זיי היטן זיך ניט אויס פון גזל, זיי נעמען פון פרעמדע פעלדער ניט בלויז הפקר'דיקע „דודאים", איז דאָס גופא פאַר אים אַ קלאָרער באַווייז אַז ער זאָל אַזוי ניט טאָן. ער ווייסט, אַז זיי זיינען ניט קיין חברים פאַר אים.
פון אַזאַ הנהגה וואַקסט אויס אַ שבט ראובן און אויך אַ שבט יששכר (וואָס איז געבוירן געוואָרן דורך דער מעשה וואָס ראובן האָט געפונען די דודאים), וואָס פון ראובן ויששכר זיינען אַרויסגעקומען ראשי סנהדראותכ) און עמודי הוראה 47)).
דאָס הייסט, בשעת מ'איז מחנך אַ אידישן קינד ווען ער איז נאָך גאַנץ יונג ער זאָל וויסן אַז ער איז אַנדערש ווי וועלטלעכע קינדער, איז אויך שפּעטער, ווען ער ווערט עלטער, לערנט ער זיך ניט פון אַנדערע קינדער פון זיין עלטער, נאָר ער גייט אַוועק — אַזוי ווי דער פאָטער יעקב — לערנען נאָר דעם אויבערשטנס תורה, ודברת בם ביז אפילו זיין סתם רעדן איז נאָר בדברי תורה38)) ; און, ווי יעקב אבינו, אַז ער וואַקסט אויס און האָט חתונה, און גייט אַרויס אין794וועלט, שטעלט אויף אַ משפּחה און ער נעמט „ריחיים על צוארו", ער נעמט אויף זיך דעם יאָך פון פּרנסה — איז אויך דאַן האָט ער אַ קביעות עתים צו לערנען תורה אַלע טאָג, און בשעת ער איז פאַרנומען מיט זיינע ענינים הגשמיים זאָגט ער „שיר המעלות", און ער פאַרלאַזט זיך אינגאַנצן אויף דעם אויבערשטן, און במילא איז זיין גאַנצע עסק־הנהגה נאָר על פי תורה.
אַזאַ אויפפירונג ברענגט אַ אידן שפע ברכה און הצלחה אויך אין גשמיות, ווי עס שטייט ביי יעקב אבינו: „ויפרץ האיש מאד מאד", אַז ער האָט זייער מצליח געווען אפילו אין גשמיות, ווי דער פּסוק פירט דאָרט אויס „ויהי לו צאן רבות ושפחות ועבדים וגמלים וחמרים".
שמח"ת תשט"ו)
ח. דערמיט ערקלערט זיך אויך דער ענין פון דעם גל און דער מצבה וואָס יעקב און לבן האָבן אויפגעשטעלט, אַז קיינער פון זיי זאָל ניט איבערגיין דעם גרענעץ פון איינעם צום צווייטן. דאָס מיינט; כאָטש צוליב דער עבודת הבירורים מוז דאָך יעקב גיין צו לבן'ען קיין חרן280)), בכדי פון אים אַרויסצונעמען די ניצוצות הקדושה, פונדעסטוועגן, צוזאַמען דערמיט מוז אויך זיין אַ „גל", וואָס זאָל אים אָפּטיילן פון לבן'ען, ער זאָל וויסן אַז אַחוץ דער עבודת הבירורים האָט ער מיט לבן'ען קיין שייכות ניט. ער האָט טאַקע צו טאָן מיט וועלט, אָבער בעת מעשה גופא איז ער אָפּגעגרענעצט פון חומריות העולם. און דאַן איז ער זיכער, אַז ער וועט אין וועלט, ביי לבן'ען, ניט פאַרפאַלן ווערן, נאָר אַדרבה, ער מאַכט די וועלט פאַר אַ כלי צו אלקות: „ויצל אלקים את מקנה אביכם ויתן לי".
ט. דעם כח אויף דעם גלכ), צו טאָן מיט וועלט און בשעת מעשה גופא זיין אָפּגעזונדערט פון חומריות העולם, נאָר אַדרבה, מאַכן די וועלט פאַר אַ כלי צו אלקות, קומט ביחוד דורך לערנען פּנימיות התורה. ווייל פּנימיות התורה גיט דעם פאַרשטאַנד און די הכרה אַז „אין עוד מלבדו", אַז די גאַנצע מציאות פון וועלט איז אלקות.
און דערפאַר וועט אויך דער „יפוצו מעינותיך חוצה" *כ), דאָס מפרסם זיין און פאַרשפּרייטן פּנימיות התורה, צוברענגען צו „אתי מר"80)), צו ביאת המשיח, ווייל דער אויפטו פון ביאת המשיח וועט זיין, ניט אויס וועלט, נאָר די גשמיות'דיקע וועלט אַליין וועט ווערן אַ כלי צו אלקות, דירה בתחתונים, „ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי' דיבר", אַז דער בשר הגשמי וועט זען קייט.