English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ומכתבים י

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

402מסעי

. . . כדאי* שיהיו באוטו שלו (במקום המתאים) סידור, תהלים, תניא וגם אַ צדקה פּושקע. — וכדאי לפרסם.

(ממכתב כ"ח טבת תשל"ה)403באתרי' דרב דאַרפמען זיך אויפפירען ווי דער פסק פון רב און באתרי' דשמואל — כשמואל. איז פון דעם פאַרשטענדליך, אַז דער פרסום אין דעם ענין, אַז דאָס באַלאַנגט צו דער פרוי, און ווי עס זעהט אויס האָט מען זיך משתדל געווען צו מפרסם דאָס זיין. צוליב דעם טעם וואָס איר שרייבט, איז דער פרסום — האָט נאָך פאַרגרעסערט די זאַך, פון ניט אויפפירען זיך לויטן מנהג פון דעם קרייז וואָס ער'ז שייך בעבר ובהווה. און דאָס איז מעגליך די סיבה פון דער פאַסירונג.

און אויב אַזוי, איז דער תיקון — צו מפרסם זיין פאַרקערט (און דאָס איז גרינג, וויבאַלד דער פאַקט איז דאָך אַזוי, אַז ניט זי נוצט די קאַר). אָבער אין אַ ענין פון תיקון, דאַרפמען מוסיף זיין אויף דאָס פריערדיקע. וכמבואר באגרת לרבנו הזקן, אגרת התשובה פרק ט'. לכן מהנכון אַז לערך אַ חומש פון דעם וואָס ער האָט באַצאָלט און וועט באַצאָלן פאַר דער קאַר — זאָל ער געבען אויף צדקה וועלכע איז פאַרבונדען ביחוד מיט יראת שמים. והשי"ת יצליחו.

בברכה לבשו"ט חי"ק

ו ר

וויבאַלד אַז יעדער ענין איז דאָך בהשגחה פרטית, און הנ"ל האָט זיך געווענדעט צו מיר דורך אייך, און ס'דאָך פשוט, אַז אין קאַר אָנגעלעגענהייטען פאַרשטיי איך ווייניגער ווי אין עניני תורה ויראת שמים, און דאָך פרעגט ער מיר וועגען דעם, ענטפער איך אויך בנוגע צו עניני תורה: אַז ער האָט געדאַרפט נעמען אויף זיך צו אָפּהיטען — בלי נדר — די שיעורים פון חומש תהלים ותניא, וואָס מיר האָבען געהערט מערערע מאָל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אַז זיי זיינען שווים לכל נפש, ובמילא איז ניט נוגע צו וועלכען חוג (קרייז) ער זאָל ניט באַלאַנגען, וק"ל. און זיכער וועט איר געפינען די פּאַסענדע ווערטער צו מסביר זיין דאָס עם, חאָטש עס פאָדערט זיך ניט קיין סך הסברה.

0

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-22ema3t8

עותקים

פעילות אחרונה

#139 Likkutei Sichos vol 23: machine reading · אושרה

מקורות