נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
166בלק
א.מ'האָט שוין גערעדט פיל מאָלא וועגן די שמות הסדרות, אַז וויבאַלד די נעמען זיינען באַשטימט געוואָרן ע"פ מנהג ישראל, ומנהג ישראל תורה היא, זיינען זיי תורה'דיקע נעמען.
לפ"ז איז שווער צו פאַרשטיין בפרשתנו: די גמרא זאָגטב, אַז אַ מענטש זאָל ניט אָנרופן זיין זון מיט אַ נאָמען פון אַ רשע („שם רשעים ירקבג . . דלא מסקינן בשמייהו") — איז ניט גלאַטיק: ווי האָט מען קובע געווען צו אַנרופן אַ סדרה בתורה מיטן נאָמען „בלק"ד, וואָס ער איז געווען אַ רשע, ביז אַז חז"ל זאָגןה אַז ער האָט פיינט געהאַט אידן „יותר מכל שונאים"?
מען קען ניט פאַרענטפערן אַז „ס'ניטאָ קיין ברירה" ווייל שם הסדרה דאַרף זיין לויט התחלת „הסדרה" — וואָרום אדרבא לויט דעם ווערט אַן עיקר'דיקע קשיא פאַרוואָס רופט מען ניט די סדרה מיטן ערשטן וואָרט פון דער סדרה וירא, ע"ד וירא (בקמ"ץ), ויצא א.ז.וו.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: דער נאָמען פון אַ סדרה (ווי דער לשוןקודש'דיקער נאָמען פון יעדער זאַךו) גיט אַרויס דעם תוכן הסדרהא — ובנדו"ד איז רוב הסדרה בעניני ונבואות בלעם, און אויך בחשיבות בתוכנה זיינען לויט פשוטו ש"מ — די ברכות וואָס ער האָט געבענטשט אידן (וועלכע זיינען ברכות נעלות ביותר), און נאָכמער: דאָס איז כולל אויך זיין נבואה וועגן „אחרית הימים"ז, ובפרט — ווי דער רמב"ם איז מאריך בספרו יד החזקהח אַז „נבא בשני המשיחים במשיח הראשון שהוא דוד . . ובמשיח האחרון" —
וואָס פאַר אַ שייכות האָבן די ברכות און נבואות צו בלק, וואָס האָט פיינט געהאַט אידן און געוואָלט זיי שלעכטס טאָן? ער איז דאָך געווען מער ניט ווי אַ סיבה חיצונית וועלכע האָט אַריינגעבראַכט בלעם'ן בכל זה.
ב. לכאורה קען מען פאַרענטפערן (די ערשטע שאלה), אַז דאָס איז ע"ד ווי דער דין לגבי דעם איסור צו דערמאָנען אַ שם ע"ז („ושם אלקים אחרים לא תזכירו גו'"ט) — אַז „כל עבודת כוכבים הכתובה בתורה מותר להזכיר שמה"י; ועד"ז בנדו"ד, אַז דער איסור „דלא מסקינן בשמייהו (פון רשעים)" איז ניט חל אויף אַ שם וואָס איז כתוב בתורהיא.
נאָך שווערער איז צו פאַרשטיין לויט דער דיעה פון די בעלי התוספות וואָס פרעגן אויפן פסוקיג „דבר אל בנ"י גו' ויחנו גו' לפני בעל צפון" — „האיך אמר לו שיחנו על הים לפני בעל צפון והא אמרינןי אסור לאדם לומר לחבירו המתן לי בצד ע"ז פלונית" — און זיי פאַרענטפערן, אַז דער איסור איז „דוקא לאדם", אָבער ניט להקב"היד,
וואָס לכאורה איז תמוה (ווי אחרונים פרעגןטו): דער דין איז דאָך אַז אַ שם ע"ז הכתוב בתורה איז מותר להזכירטז — אויך אַן „אדם", כנ"ליז?
מוז מען מחלק זיין און זאָגן, אַז לויט די בעלי התוספות איז דאָס וואָס מותר להזכיר שם ע"ז הכתוב בתורה איז דאָס דוקא ווען דאָס איז סתם אַ הזכרה, אָן אַ צורך (חשיבות); אָבער אַ הזכרה לצורך (ווי „המתן לי בצד ע"ז פלונית") וואָס דערמיט איז „נותן בה ממשות"יח איז אסור אפילו ביי אַן ע"ז הכתובה בתורהיט.
ועפ"ז קשה יותר: ווי האָט מען קובע געווען דעם נאָמען „בלק" אַלס אַ שם פון אַ סדרה בתורה, וואָס דאָס איז דאָך געוויס אַן ענין של חשיבות, ובפרט אַז דורך דעם ווערט דער נאָמען פאַראייביקט (התורה היא נצחית)?
ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין דעם תירוץ הנ"ל פון די בעלי התוס' — אַז דער איסור להזכיר שם ע"ז איז „דוקא לאדם אבל לא להקב"ה", דלכאורה איז דאָס תמוה:
וויבאַלד דער טעם האיסור איז (כנ"ל) כדי ניט אַריינצוגעבן דערמיט אַ ממשות אין דער ע"ז — איז וואָס איז דער חילוק צי דאָס איז דורך אַ בשר ודם אָדער דורך הקב"ה? ואדרבה, דיבורו של הקב"ה גיט אַריין לכאורה מער תוקף ווי דיבורו של אדם, וע"ד מחז"לכ — דיבורו של הקב"ה חשיב מעשה?
בהשקפה ראשונה קען אויסזען, אַז כוונת בעלי התוס' איז, אַז לגבי הקב"ה168איז ניט שייך קיין איסור (ווי די בעלי התוס' ברענגען די דוגמא פון דעם אַז „הקב"ה יושב ודן את כל העולם אפילו בשבת כו' אע"פ שלישראל אסור") — אָבער עס איז לגמרי ניט גלאַטיק, וואָרום חז"ל זאָגןכא (אויפן פסוקכב „מגיד דבריו ליעקב גו'"), אַז „מה שהוא עושה הוא אומר לישראל לעשות ולשמור".
מוז מען זאָגן דעם פשט אין תירוץ התוס', אַז לגבי דעם אויבערשטן איז ניט שייך דער טעם האיסורכג פון הזכרת שם ע"ז.
נאָכמער: מען געפינט געוויסע ע"ז וואָס ווערן דערמאָנט אין תורה און זיינען ניט נתבטל געוואָרןכו, לדוגמא: די ע"ז פון „בעל פעור" (וואָס ווערט דערמאָנט בפרשתנוכז) און אעפ"כ איז זי ניט נתבטל געוואָרןכח.
ויש לומר, אַז דער פשט אין יראים איז, אַז די ע"ז „ודאי נתבטלה" ביי דעם איד (וואָס יעדער איד איז דאָך רצונו האמיתיכט מקיים זיין כל ציוויי התורה) וואָס דערמאָנט איר:
כשם ווי דאָס וואָס תורה דערמאָנט עניני (ושמות) ע"ז, איז דאָך דאָס אויף צו אַרויסברענגען אַז זיי זיינען אפס והבל ואין בם מועילל וממש, זייער פאַלשקייט, און דער טעות פון די וואָס האָבן געדינט די ע"ז
— אַרויסברענגען ווי די ע"ז האָט ניט געהאָלפן די וואָס האָבן איר געדינט (ע"ד „אבדת עם כמוש"לא); אָדער, אַז דאָס וואָס אידן האָבן געדינט ע"ז האָט געבראַכט אויף זיי אַן עונש (ווי דערציילט בסוף פרשתנו, אַז „ויצמד ישראל לבעל פעור"לב האָט געבראַכט אַ מגפה אויף אידןלג). וכיו"בלד —
169קומט אויס, אַז די הזכרת שם ע"ז בתורה ברענגט היפך וביטול החשיבות פון דער ע"ז, אדרבה — דאָס איז מדגיש דעם שקר של הע"ז,
איז עד"ז ביי אַ אידן: ווען ער דערמאָנט אַ שם ע"ז הכתוב בתורה — איז דאָס בהתוכן ווי ער איז כתוב בתורה — היפך החשיבות וממשות פון דער ע"ז, אַזאַ ע"ז (וואָס תורה האָט שוין קלאָר אַרויסגעבראַכט אַז אין בה ממש) איז ביי אים „ודאי נתבטלה"לה, ובמילא (ווי דער יראים איז ממשיך) — „מאותה טעם שהתורה מזכרת אותה (— אויף אַרויסצוברענגען אַז זי איז אפס) אנו רשאין להזכירה"לו.
ויש לומר, אַז דאָס איז ע"ד ומעין דעם דיןלז, אַז „מותר להתלוצץ בע"זלח" — ווייל די הזכרת שם ע"ז אין דעם אופן, ברענגט היפך החשיבות להע"ז, פאַרקערט — דערמיט איז מען מבזה די ע"ז.
ה. עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס די בעלי התוס' זאָגן אַז דער איסור הזכרת שם ע"ז איז „דוקא לאדם אבל לא להקב"ה":
ווען אַן אדם דערמאָנט אַ שם ע"ז איז דאָך רצונו להזכירה (ובפרט ווען דאָס איז אַ הזכרה לצורךלט) איז ער דערמיט מחשיב די ע"ז; אָבער מצד הקב"ה איז ניטאָ קיין אָרט ח"ו פאַר דעם טעות פון ע"ז,
ואדרבה, דער „תוכן" פון דעם וואָס דער אויבערשטער אלקים אמת זאָגט דעם שם ע"ז (אָדער עס שטייט אין תורת אמת), דערמיט גופא ווערט די ע"ז נתבטל, דיבור וגילוי האמת — איז מבטל ושולל אפילו אַ קס"ד פון דעם שקר פון דער ע"ז.
[וי"ל אַז מהאי טעמא האָט מען אויסגעקליבן דוקא דעם סימן פון „לפני בעל צפון" — דלכאורה: אמת טאַקע אַז „ודאי נתבטלה", אָבער דאָס איז עכ"פ ניט קיין לשון נקי'? — נאָר ווייל דערמיט גופא ווערט נתגלה ונתבטל השקר פון בעל צפון, ובמילא ווערט נתבטל אויך דאָס וואָס דער שקר פון ע"ז האָט פריער מטעה געווען — אין וועלטמ].
און עד"ז איז עס ביי אַ אידן: ווען ער דערמאָנט אַ שם ע"ז (הכתובה בתורה) אין דעם אופן ווי זי איז כתובה בתורהמא — איז ער דערמיט מזכיר ומדגיש דעם ביטול פון דער ע"ז.
דערמיט קען מען מסביר זיין וואָס די גמראי דערציילט אַ סיפור וועגן אַן אמורא וואָס האָט דערמאָנט אַ שם ע"ז,170און האָט דערביי מסביר געווען אַז ער האָט דאָס געמעגט טאָן ווייל עס איז כתוב בתורה, דלכאורה: צוליב וואָס דערמאָנען אַ שם ע"ז, אפילו ווען ער מעג דאָס, אויב ס'איז אין דעם ניטאָ קיין תועלת ותכלית?
נאָר די הסברה בזה איז כנ"ל: דער אמורא, וואָס כל ענינו איז תורה, האָט געזען אַ מצבמב בעולםמג (בקעה מצאמד) וואָס פאָדערט ביטול פון דער ע"ז — איז עס ניט נאָר אַ היתר („מותר להזכיר"), נאָר עס איז פאַראַן אַ תועלת וצורך אין דעם — זיין דערמאָנען די ע"ז איז ווי די הזכרה פון תורהמה — ביטול הע"ז, כנ"ל.
ו. וי"ל אַז עד"ז איז אויך וואָס מ'רופט אָן די סדרה „בלק" (אע"פ אַז „לא מסקינן בשמייהו"):
כשם ווי דאָס וואָס תורה דערציילט וועגן בלק, איז דאָס כדי צו אַרויסברענגען ווי עס איז צעשטערט געוואָרן מחשבתו הרעה „לכה נא ארה לי את העם הזה גו' אולי אוכל נכה בו גו'"מו, און דערפאַר איז דאָס ניט קיין סתירה צו „שם רשעים ירקב", ווייל אדרבה — אַזאַ דערמאָנונג איז נאָך מוסיף אין דעם גנאימז ורקב פון דעם שם הרשע;
עד"ז אויך בנוגע דער קריאת שם הסדרה מיטן נאָמען בלק: ווען אידן נוצן דעם שם „בלק" אַלס דעם נאָמען פון אַ סדרה בתורה, מיינען זיי דאָך „בלק" ווי תורה רעדט וועגן אים, וואָס דאָס איז אַ זכרון (ניט לשם זכרון, נאָר פאַרקערט) וואָס קומט אַרויסברענגען דעם גנאי פון בלקמח.
ז. אַ טיפערער ענין אין דעם:
ביי בלק געפינט מען, אַז ניט נאָר איז מחשבתו הרעה צעשטערט געוואָרן (ע"ד דעם ענין פון ביטול ע"ז), נאָר נאָכמער: זיין דינגען בלעם'ן האָט געבראַכט אַ הוספה צו אידן — אַז אידן זאָלן געבענטשט ווערן מיט ברכות נעלות ביותר — וואָס דאָס איז אַ גרעסערער אויפטו פון דעם וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך ביטול ע"ז:
בשעת מ'איז מבטל ע"ז, וואָס די ע"ז עצמה איז דאָך אַ „כפירה באחדותו"מט מוז זי אינגאַנצן נתבטל ווערןנ.
משא"כ מעשה בלק, האָט זיין רשעות, זיין שנאה צו אידן וואָס דערפאַר האָט ער געדונגען בלעם'ן, אויף „לכה נא ארה לי גו'", געבראַכט אַ סיוע והוספהנא171צו אידן (ברכות נעלות ביותר)נב.
און דאָס איז אויך וואָס מ'רופט אָן די סדרה „בלק", ווייל דורך אים (און זיין דינגען בלעם) איז אַרויסגעקומען אַ יתרון ביי אידן.
ח. וי"ל אַז דאָס איז אויך איינער פון די ביאורים וואָס נבואת בלעם איז פון די נבואות אין חומשנג וואָס רעדט (באופן גלוי) וועגן „אחרית הימים" (און די נבואה וועגן משיח'ן ווערט געבראַכט להלכה אין רמב"םנד, כנ"ל סעיף א) —