אגרת ח'קכ
כ"א אייר, תשי"ז · הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה שלמה שי'
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה שלמה שי'
אין ענטפער אוף אייער בריף פון ט"ז אייר און דעם פריערדיקן, האט שוין הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ הרחמ"א שי' חדקוב איבערגעגעבן מיין מיינונג, אז אויב די ידיעה דורך הרב ספעקטאר שי' איז א זיכערע, גיין אין דעם ביז טויזנט פונט, און מיין טעם איז, וויבאלד אז צווישנצייט וועט דורכגיין צווי חדשים, איז היינטיגע צייטן שווער צו וויסן ווי וועט דאס אויסזען נאך דער צייט - אפילו פאר די גוט אינפארמירטע.
און בכלל ווי איך האב געהערט אמאל א גוט ווארט פון א סוחר, אז אזא געשפעט וואו קאפ שפילט קיין ראליע - איז ניט כדאי צו נאכיאגן זיך נאך דעם. וואס דאס איז בכלל בענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט בירזשע, און בפרט אין אונזער צייט, איז ניט אלץ געבויט אויף אמת'ע אויסרעכענונגען און סלידע חשבונות.
אויף דער פראגע וועגן א גמילות חסד, - ליידער די סוחרים דא זיינען אזוי פאראיינגט, אז וועגן א גמ"ח און רפט אין [אן] אנדער מדינה, האלט מען ניט בא דעם.
און השם יתברך זאל אייך העלפן מיט הרחבת הפרנסה אין א אלץ וואקסענדן אופן, וואס בריינגט מיט הרחבת הדעת, וואס דענסטמאל האט מען אלץ וואס נויטיג איז צו טאן אין ענינים פון תורה ומצות ווי עס פאדערט זיך.
און השם יתברך זאל העלפן איר זאלט אנזאגן גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבן געזאגטע מתוך בריאות הנכונה שלו ושל כל בני ביתי שיחיו.
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" א ע' 101,מצילום האגרת.
מו"ה שלמה: פערין. אגרות נוספות אליו - לעיל ז'תתקסה, ובהנסמן בהערות שם.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כא
- מזהה
- rh-3bp0q5ds
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit