אגרת ח'קב
כ"ה סיון, תשט"ז · ברוקלין.
אין ענטפער אויף דיין בריף פון כ"ב סיון אין וועלכן דו שרייבסט וועגן וואו דו לערנסט אויף דעם נייעם זמן, און דער עיקר וואס ביז איצטער האסטו ניט אויסגעוויזן קיין פאסנדן חשק צו לערנען און בעטסט א ברכה,
אבער עס איז זעלבסט-פארשטענדליך אז מיט בעטן א ברכה אליין איז מען ניט יוצא נאר מען דארף זיך אנשטריינגען לערען ווי עס באדארף צו זיין, און ניט נאר דער טאג פון באקומען דער בריף און אויף מארגן נאר אויך אסאך ליינגערע צייט, און אז מען טוט דאס א געוויסער צייט דארף מען שוין דערנאך ניט אנקומען צו אנשטריינגען און אז מען באקומט א חשק אלץ מער צו לערנען.
און דו האסט זיך געדארפט באראטן זיך מיט הרב... שי' וועגן דעם און אנדערע דיינע פראבלעמען און דערציילן עם אלץ וואס דו האסט מיר געשריבן, און אזוי ווי ער זעט דיר שטענדיק וועט ער מן הסתם קענען העלפן דיר אין די ענינים. והשי"ת זאל דיר באגליקן.
איך האף אז דו היטסט אויף דעם שיעור תהלים ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חודש און וועסט אויך ווייטער אזוי טאן.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כא
- מזהה
- rh-279kptt0
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit