אגרת ח'עב
כ"א מ"ח, תשט"ז · מו"ה שלמה שי'
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ בעל מדות וכו'
נאך א לאנגן אויבעררייס, בין איך גיעווען צופרידן צו באקומען אייער בריף פון ט"ו חשון, און האפענטליך האט איר אויסגעניצט די טעג פון חדש תשרי צו פארשטארקען אידישקייט אין אייער סביבה, וואס די טעג פון חדש תשרי זיינען התעוררות טעג, וואס דענסטמאל איז גרינגער צו ארויסבריינגען דעם נקודת היהדות פון איר פארבאהאלטענקייט צו דער עפענטליכקייט - חאטש אפילו א גאנץ יאר דארפמען אויך טאן אין דעם.
און דער זכות פון דעם זאל ממשיך זיין א צוגאב ברכה והצלחה אין אייערע ענינים הפרטים, אפילו אין די ענינים הגשמים.
בייגעלייגט איז דא דער קובץ ליובאוויטש, וואס א טייל פון זיין אינהאלט וועט איר אויך קענען אויניצען פאר דעם אויבען דערמאנטען צוועק.
תודה לא-ל פאר דער גוטע בשורה וועגען דעם צושטאנד פון אייער פרוי תחי'. ויהי רצון אז תמיד כל הימים זאלט איר אנזאגען נאר גוטעס בהנוגע צו זיך צו אייערע בני בית און דער גאנצער סביבה.
בברכת הצלחה ולבשורות טובות בכל האמור.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כא
- מזהה
- rh-ed3ahzkw
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit