אגרת ז'תשסו
כ"ה תמוז תש"ב · ה' עליהם יחיו,
כבוד ידידינו וו"ח אי"א, עסקנים חרוצים רבי מעשה
חובבי תורה ורודפי צדקה וכו' אגודת חב"ד ולעידיס
מיט גרויס דאנק באשטעטיגען מיר די ערהאלטונג פון אייער חשובע ביישטייערונג פון 10$.00, וואס מיר האבען ערהאלטען דורך ידידינו הרה"ג הרה"ח התמים המצוין, איש אשכולות ורב פעלים, מוהר"ר משה פנחס נ"י כץ.
עם פרעהט אונז צו זעהן אייער גוטע און ווארימע אינטערעסירונג אין אונזער וויכטיגע ארבעט, און מיר האפען, אז איר וועט אויך ווייטער ארויסווייזען אייער גוטע אינטערסירונג און מיטהילף, אין דער דאזיגער ארבעט, ניט נאר מיט אייער חשובע ביישטייערונג נאר אויך דורך פארשפרייטען די "שמועסן" וואס ווערט ארויסגעגעבן מאנאטליך דורכ'ן מרכז לעניני חנוך, כדי אריינצוברענגען א גרויסע גייסטיגע השפעה אין אייער שטאדט. ותבוא עליכם ברכה. זייענדיג באקאנט מיט אייער טיכטיגע ארבעט אויפ'ן געביט פון תורה און חנוך, זיינען מיר פעסט מיט דער הארפנונג אז איר וועט בעהשי"ת פיעל אויפטאן דורך פארשפרייטען די "שמועסן" צווישען די יוגענד פון אייער שטאט.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כא
- מזהה
- rh-jprhqvy3
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit