English
ספרייה

אגרת ו'צב

ה' אדר, תשי"ח · ה' עליהן תחיינה

ב"ה, ה' אדר, תשי"ח

ברוקלין.

נשי ובנות חב"ד סניף ברידזשפארט,

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען דעם בריף וועגן דער גרינדונג פון אייער ברענטש נשי ובנות חב"ד, און זיכער וועט די ארבעט פון די אנדערע אפטיילונגען ווייזען אייך די וועג ווי צו פראגרעסירען אויך אין אייער ארבעט, און השם יתברך זאל העלפען עס זאל זיין מיט פיל הצלחה אין אלע הינזיכטען, און דער עיקר אויף צו אויסברייטערען די ארבעט אין אלץ גרעסערע און ברייטערע קרייזען פון אידישע נשי ובנות פון ברידזשפארט. און ווי באוואוסט דער ווארט פון רבנו הזקן, אז חסידות (חב"ד) איז א ענין ניט נאר פאר א געוויסען טייל פון אידען, נאר דאס איז דער אייגענטום פון אלע אידען.

און אזוי ווי מיר זיינען אריינגעקומען אין דעם חדש אדר, אין וועלכען עס איז דער נס פון פורים, אין וועלכעס אסתר המלכה אלס אידעשע טאכטער האט בייגעטראגען מיט איר מסירות נפש צו דעם פערפאלקאמען פון דעם נס פורים אזוי זאלען אויך די אידישע טעכטער פון היינט, אנערקענען אין דער פולסטער מאס זייערע מעגליכקייטען און פאראנטווארטליכקייט, וואס דאס וועט זיכער בריינגען אויך צום פארשטארקען און פארגרעסערן די ארבעט פון נשי ובנות חב"ד אין אלע הינזיכטען.

בברכת הצלחה.

נ.ב.

בייגעלייגט איז דא א קאפיע פון לעצטן מכתב כללי צו די סניפים פון נשי ובנות חב"ד.

נשי ובנות חב"ד: נוסח דומה לכמה סניפים.

גרינדונג: ראה לעיל אגרת ו'מז.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-2h12jde6

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit6092