אגרת ה'תתט
כ"ט תשרי, תשי"ח · ברוקלין.
מיט צופרידענהייט האב איך געלייענט אייער בריף פון כ"ז תשרי אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער גוטער החלטה אייערע מיט די שותפים אייערע שיחיו, בהנוגע צו ענינים פון צדקה, און וויבאלד השם יתברך זאגט, ובחנוני נא בזאת, וועלכעס איז אויך א לשון של בקשה, אז מ'זאל אים פרובען, ווי ער זאגט פריער אין פסוק, הביאו את כל המעשר וגו' והריקותי לכם ברכה עד בלי די, און חאטש ס'איז דאך א פסק הלכה, לא תנסון את ה', איז אבער צדקה א אויסנאם, אז מ'בעט גאר מ'זאל פרובען, קען מען דאך זיין שטארק אין בטחון אז הקב"ה וועט ערפילען וואס ס'איז געזאגט געווארען אויף דעם, און וועט קענען אנזאגען גוטע בשורות בהנוגע צום פארקויף פון די הייזער און אויך בהנוגע אז איר מיט אייערער שותפים ערפילט אייער באשלוס בשמחה ובטוב לבב.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק טז
- מזהה
- rh-0885x0ck
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit