עברית
Library

Letter 3432

ב' אייר, תשט"ו · ברוקלין.

ב"ה, ב' אייר, תשט"ו

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף - אן דעם דאטום פון שריביען - אין וועלכער איר שרייבט וועגען אייארדונג און פרנסה אז השי"ת קען געבען פרנסה אין יעדער ארט וכו'.

זיכער איז דאס טאקע אזוי, און דעריבער איז אויך פארשטענדליך אז מען קען ניט שטעלען דעם אויבערשטען ברוך הוא קיינע תנאים, אז דוקא אין דעם ארט וואו דעם מענשען געפעלט זאל דאס זיין, נאר מען דארף דאס אוינעמען ווי השם יתברך ניט דוקא אין דעם ארט וואו עם געפעלט, נאר דארטען וואו די השגחה עליונה בריינגט עם און וואו ער קען איפטאן מער פאר אידישקייט און פאר א צווייטען אידען, וואס דורך דעם פארגרעסערט מען די ברכות פון השי"ת אין דעם וואס א איד, ער און זיינע בני בנית נויטיגען זיך.

וואס דאס איז דער דרך פון הקדוש ברוך הוא מדה כנגד מדה, ווען מען געפינט זיך אין א ארט, וואו עס איז ניט[א] אזויפיל ווא נויטיגען זיך אין דער הילף פון א צווייטין, קען מען ניט מאנען דעם זכות וברכה. אבער מען קען האפען אז ווען השי"ת זעהט אז מען העלפט ארויס א צוויטען אידען צו מאכען עם נעהענטער צו תורה און מצות און בפרט אז דאס ווערט געטאהן אין א ארט וואו עס איז דא ווייניג וועלכע פארנעמען זיך מיט אזא ארבעט, אז השי"ת ועוט עם העלפען אין דעם וואס ער באדארפט כמה פעמים ככה.

און השם יבתרך זאל אייך העלפען צו איינארדנען זיך מיט א גוטע איינארדונג, און אין דעם ארט וואו עס איז גלייכער פאר הקב"ה און אין א אופן וואס עס געפעלט להקדוש ברוך הוא וואס דאס איז דער בעסטער ארט פאר די אלע בעטרעפענדע סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 11
Id
rh-tmeexmk5

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit3432