עברית
Library

Letter 3626

יו"ד תמוז, תשט"ו · הוו"ח אי"א נו"נ כו' מוה"ר שלמה שי'

ב"ה יו"ד תמוז, תשט"ו

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ כו' מוה"ר שלמה שי'

שלום וברכה!

איך באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ז' תמוז, און זיכער האט איר צווישענצייט באקומען מיין בריף.

וואס איר דריקט אויס אייער דאנקבארקייט פאר דער איינלאנדונג וכו', איז באוואוסט דער גאר אלטער ווארט, אז ווען צווי אידען באגע[גע]נען זיך אין א אופן ווי על פי תורה, איז פאר די ביידע איז דאך געוויס א טובה, מען דארף אבער זעהען אז פון דעם זאל ארויסקומען א טובה צו נאך אידען אפילו וועלכע זיינען ניט בייגעווען בא דער באגעגעניש, און בפרט ווען דאס וועט צוגעבען אין דער ארבעט צו פארשפרייטען ליכטיקייט אידישע חסידישע אין דער אומגעבונג ועל אחת כמה וכמה צווישען די נאהענטע, והי' זה שכרי וגם שכרו.

איך בין געווען צופרידען פון דעם גרוס - וואס ווי איר שרייבט - האט איברעגע[גע] בן צו אייערע בני בית, און אין פארבינדונג מיט דעם איז דא בייגעלייגט א קאפיע פון מיינעם א בריף צו אגודת נשי ובנות חב"ד, וואס זיין אינהאלט איז שייך צו אלע אידישע טעכטער, און דערביער האף [איך] אז אייער פרוי תחי' וועט בא א פאסיגע געלעגנהייט און אין א פאסענדער צייט איבערגעבען דעם אינהאלט פון דעם בריף צו אירע באקאנטע, ניט קוקענדיג צי זיי זיינען שוין אנגעשלאסען אין די רייהען פון נשי חב"ד, ווארום זיכער זיינען אויך זיי טעכטער פון אונזערע אמהות שרה רבקה רחל לאה.

בברכת חג הגאולה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 11
Id
rh-jj227f2f

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit3626