עברית
Library

Letter 3603

ג' תמוז, ה'תשט"ו · ד' עליהן תחיינה

ב"ה, ג' תמוז, ה'תשט"ו

ברוקלין, נ.י.

אגודת נשי ובנות חב"ד

סניף:...

ד' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין צוזאמענהאנג מיט די אנקומענדע טעג י"ב י"ג תמוז, די באפרייאונגס טעג פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועלכע דערמאנען און בעדייטען אויך דעם נצחון פון מסירות נפש פאר תורה און מצות - קעגען די אלע כחות וועלכע האבען געקעמפט געגען דעם.

בין איך זיכער אז דער געדיינקען פון דעם - מאכט שטארקער בא יעדער אידען, מאן אדער פרוי, די צוגעבונדנקייט צו תורה און מצות, אויף צו פירען זיך אין איינקלאנג מיט דעם אין זיין טאג טעגליכען לעבען, און אויך שטארקט דאס דעם בטחון אים דעם בורא עולם וועלכער פירט אן מיט דער גאנצער וועלט בכל עת ובכל שעה, אז ער וועט געבען זיין ברכה אז דער שטייגער לעבען זאל זיין מיט הצלחה, און די שוועריגקייטען וועלכע מען טרעפט אן אמאל זאלען ניט אפשרעקען, זאלן פון צייט צו צייט ווייניגער ווערען, ביז צום גאנצען פארשווינדען.

איך רעכען אז איר וועט געפינען א פאסענדע צייט, אין די טעג פון י"ב י"ג תמוז אדער אין נאהענטע טעג צו זיי, אויף צוזאמענטרעפען זיך, שטארקען איינע די אנדערע אין דאס אויבען דערמאנטע און מיט צונעמען די אפפרישונג און ווארימקייט אויף די קומענדע וואכען און חדשים.

און בפרט, נעמענדיק אין אכט, אז עס הויבט זיך אן די צייט ווען די קינדער זיינען ווייניגער פארנומען מיט לערנען, און ווי דער מנהג העולם, נעמט מען זיך א פאר וואכען אויף אפצורוהען זיך אדער ווייניגסטענס פארקלענערען די ארבעט, וואס דורך דעם ווערט געשטארקט דער גוף,

איז דאך זעלבסט פארשטענדליך אז גלייכצייטיג דארף אויך ווערען צוגעגרייט א פאסענדע פראגראם צו שטארקען אויך די נשמה.

ווארום דער גוף און די נשמה בא א אידען - וועלכע זיינען גוי אחד בארץ - זיינען איין זאך. און ווען איז א איד באמת גליקלעך, ווען די נשמה פירט אן מיט דעם גוף, אז דער גוף פירט זיך אויף לויט די אנווייזונגען פון דער נשמה,

לויט דעם באוואוסטען ווארט פון רבנו הזקן א איד ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אפגעריסען פון אלקות (געטליכקייט),

און גייענדיג אין דעם ווגע, איז מען דענסטמאל געזונט אויך קערפערליך, און מען איז רוהיג או גליקלאך זייענדיג דורכגענומען מיטן שטארקען בטחון אין השם יתברך אז ער היט יעדערען פון אונז בתוך כלל ישראל, און פירט אזוי אז עס זאל זיין גוט סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

איך האף אז ביי דער אויבענדערמאנטער אסיפה אייערער וועט איר זיך אויך צוזאמענריידען ווי צו אויסשטעלען די ארבעט פון אייער סניף אויף די קומענדע חדשים, און אויסניצען ווי בעסער די געלעגנהייטן וואס עס זיינען דא אין די זומער חדשים, און די מער פרייע צייט.

בברכה צו א געזונטען פרייליכען זומער צו יעדער איינע מיט די בני בית שיחיו און צו בשורות טובות בכל הנ"ל.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 11
Id
rh-rdzv49y3

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit3603