עברית
Library

Letter 3509

כ"ה אייר, תשט"ו · האברך שרגא פייוויש שי'

ב"ה, כ"ה אייר, תשט"ו

ברוקלין.

האברך שרגא פייוויש שי'

שלום וברכה!

במענה על מכתבו בו וכתב ע"ד סדר לימוד שיש לו בישיבה, ואח"כ לימוד עם תלמידים בתלמוד תורה, און דערמאנט אויך וועגען דעם וועלען פארן אין אמעריקא.

לויט דער גמרא סוף קידושין הם לא נבראו אלא לשמשני ואני נבראתי לשמש את קוני, וואס פון דעם פארשטייט מען אז אלע ענינים פון עולם, ניט נאר אייערע, זיינען תלוי אין דער ערפילונג פון ואני נבראתי לשמש את קוני, איזאז השי"ת האט אייך מצליח געווען, און האט אויסגעוויילט אייך אלס זיין שליח לקרב לבן של בני ישראל לאבינו שבשמים דורך דער עבודה לערנען מיט תלמידים תורה, און אויך צו האבען א גוטע השפעה אין דער ישיבה און תלמוד תורה, דארפמען פארלויפיג טראכטען נאר ווי צו פארגרעסערט ווערען סיי בכמות און סיי באיכות אויף וויפיל נאר מעגליך איז, און עס איז דאר באוואוסט דער ווארט פון רבנו הזקן צו איינע פון זיינע חסידים אז מען דארף זארגען אויף וואס דארף מען מיך, וועט השי"ת דענסטמאל פארזארגען דאס וואס איך דאר, והוא הדין בהנוגע לכל אחד ואחד מאתנו.

און איר זאלט מוסיף זיין אין התמדה ושקידה אין דעם לערנען פאר זיך און מוסיף זיין בעבודתו בקדש צו פארגרעסערען די ישיבה אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש אין מעלבורן - וועט דורך דעם אויך צוקומען אין די ברכות השי"ת והצלחתו אי אייערע ענינים הפרטים.

בברכה לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

נדפסה בלקו"ש חכ"ב ע' 372 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

האברך שרגא פייווש שי': הרצוג, מלבורן.

דער ווארט פון רבנו הזקן: ראה גם לעיל ג'תעג, ובהנסמן בהערות שם.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 11
Id
rh-7txt47mv

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit3509