עברית
Library

ש"ק פ' חו"ב י"ב תמוז תרצ"א

252

דאָך צוויי ווייטע ענינים און הפכים, איז ווי דאָס חסידות אַלץ? נאָר דער ענין פון דעם איז וויילע חסידות איז דער שימו לבבכם.

שימו לבבכם הייסט צוטראָגן צו זיך דעם ענין וואָס ער האָט געלערנט און פאַרשטאַנען און צוטראָגן זיך צו דעם ענין, דאָס הייסט די התאגדות און התעצמות מיט דעם ענין, אַז ער אַליין זאָל זיין דער ענין, און דער ענין זאָל זיין ער, ער לעבט אין דעם ענין און דער ענין לעבט אין אים.

מען האָט גערעדט אין די מאמריםכב אַז באו חשבוןכג איז באו ונחשוב חשבונו של עולםכד, וואָס הייסט דער חשבון פון ירידת הנשמה בגוף, און דער חשבון פון בריאת והתהוות העולמות וואָס דאָס איז דאָך אַלץ דער חשבון כללי, אָבער עס דאַרף זיין דער חשבון פרטי פון זיך וואָס טוט זיך מיט זיך, און פאַנאַנדער נעמען זיך מיט אַלע פרטים, דער גאַנצער מעמד ומצב וואָס טוט זיך מיט זיך, הן בהנוגע בין אדם למקום און הן בהנוגע בין אדם לחבירו, דאָס הייסט מתבונן זיין זיך אין מעמדו ומצבו, וואו האַלט ער אין דער וועלט, וואָס נאַרען זיך אין דעם איז ניט מיא קען און ניט עס העלפט.

איז אַז מען מאַכט דעם אמת'ן חשבון, וואָס מיט זיך טוט זיך און ווי די צייט גייט אַז יום ירדוף יום, מיא לייגט אַלץ אָפּ אויף שפעטער, און דערוויילע איז שבוע נכנס שבוע יוצא חדש נכנס חדש יוצא, שנה נכנסת ושנה יוצאת כדאי' בירושלמיכה, און עס ווערט ח"ו נאָך ערגער דאָס הייסט מיא ווערט עלטער אין יאָרן, די חושים ווערן ח"ו שוואַכער און די חסרונות זיינען נאָך גאָר ווי באַ יונגען מאַן, אַלע ווייסן אַז אויב עס ווערט ניט בעסער איז במילא ערגער, און סוחרים ווייסן אַז אויב מען צאָלט ניט אין דער צייט ווערט דער חוב שטאַרקער און די בטוחות שוואַכער.

וזהו כי אש יצאה מחשבוןכו, פון אַזאַ חשבון גייט אַרויס אַ פייער אַז מיא בערעכענט זיך ריכטיג גוט די כוונה עליונה פון זיין קומען אויף דער וועלט, און אַז עס וועט קומען אַ צייט וואָס אויף יעדער טריט און שריט, אויף יעדער וואָרט און מחשבה, וועט מען באַדאַרפן אָפּגעבן אַ דין וחשבון.

אמת טאַקע אין דעם מאָמענט איז ער צוטראָגן און איבערראשט פון די אַלע טעגלעכע זאַכן, מען פילט ניט ווי די טעג גייען, די וואָכן און חדשים פליען, מיא איז פערנומען מיט דאגות הפרנסה, מיט הצטרכות בני אדם.

דער טאָג גייט אַוועק אין דאָס דאַרף איך האָבען און אין דאָס מוז איך האָבען און אין דאָס וויל איך האָבען, דער רצון מאַכט אויף דעם איך דאַרף און דער מוז טרייבט דעם מענטשן באַרג אַראָפּ, ער מאַכט אים נידעריקער, ער מאַכט אים קלענער, ביז ער מאַכט אים ח"ו אויס מענטש.

אַלץ מוז מען און אַלץ דאַרף מען, בעדאַרף זיך זעהען מיט מענטשן, מיא באַדאַרף פאַרברענגען, מיא דאַרף וויסן וואָס אויף דער וועלט טוט זיך, אויף אַלץ איז דאָ צייט, נאָר אויף תפלה

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-a5memxvj

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources