עברית
Library

שמח"ת קודם הקפות תרפ"ט, ריגא

שמח"ת קודם הקפות תרפ"טא, ריגא

א. [אמר לר' מרדכי דוביןב:] איר זייט אַ איש הטוב והחסד בעצם, אָבער דאָס איז נאָך ניט קיין עבודה. עבודה איז בירור וזיכוך, אַז איינער האָט מדות לא טובות און ע"י עבודה איז ער זיי מזכך.

דער טאַטע האָט געזאָגט, עס איז אַ חקירה וואָס איז בעסער צי מען איז געבאָרן במדות טובות אָדער מ'ווערט געבאָרן מיט מדות לא טובות און ע"י עבודה איז מען זיי מזכך, דער אמת איז אַז דאָס איז בעסער.

ושאל אחד: במה ניכר אם הפועל טוב הוא מצד שהוא איש החסד בעצם או שהוא על ידי עבודה?

ואמר כ"ק אדמו"ר: על ידי עבודה איז אַנדערש, אַמאָל דאַרף ער גאָרניט לויפן אַראָפנעמען אַ נאלאָגג פון פינף רובל פאַר יענעם, ער דאַרף גאָר איצטער לערנען אַ פּרק משניות, נשקשה זאָל יענער אָפּצאָלן, אַמאָל איז גאָר וויילע ער גיט ניט אויף תורה, כהמעשה בגמראד על בני אחתי' דר"י בן זכאי, שנגזר עליהם שיאבדו בשנה זו כך וכך כסף, וואָס ער האָט זיי גענייט געבן געלט אויף צדקה און די איבעריקע האָט מען ביי זיי צוגענומען, און ער דאַרף נאָר קובע זיין עתים לתורה און ניט לויפן אַראָפּנעמען פאַר אים זיינע נאלאָגן.

איך בין ניט קיין אַגיטאַטאָרה, אַנטקעגן די וואַלן בין איך יע אַ אַגיטאַטאָר, אָבער ווי דער ענין פון נר ה' נשמת אדםו, להאיר אור, און אַנטקעגן די וואַלן איז ניט מיין ענין, נאָר עס פעלט נאָך אייך זייער אַ סאַך להשלים הכוונה דדירה בתחתוניםז. אַ צוווייטיגטער איד כו'.

ב. [אמר לאחד:] דער אויבערשטער זאָל אייך העלפן אַ טוב הנראה ונגלה. וואָרום אין רוחניות איז אַ געשמאַק אין

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-21qwqyfk

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources