עברית
Library

ש"ק פ' חו"ב י"ב תמוז תרצ"א

251

כתב את המעשה בסוף הנחת דרוש הנ"ל, בקיצור, וכ"ק אביו הוד כ"ק אדמו"ר צ"צ ביאר לו מהות כשרונותיהם של האברכים, תלמידי כ"ק זקנו רבינו הגדול, והפלאת עבודתם. ואמר בזה"ל נאָר די התפעלות באתגליא איז איבעריג. האָט דער טאַטע (כן סיפר לי הוד כ"ק אאמו"ר) געפרעגט ביין זיידען, ווי דען דאַרף זיין. האָט דער זיידע געענטפערטטז, עס דאַרף זיין ע"ד ווי משה רבינו ביי קרי"ס, בעת קרי"ס ראו כל ישראל אלקות במוחש בגילוי ממש און זיינען געווען אַרויס פון גדר כלים לגמרי, מצד די התפעלות הגדולה על אלקות. האָט דער טאַטע געפרעגט, און וואָס איז געווען מיט משה'ן. האָט דער זיידע געענטפערט, משה האָט געהאַט קאַלטע בראנדיז, עס האָט געברענט און געקאָכט אָבער אַלץ קאַלט (והיו עוד הרבה דברים בזה).

איצטער המשיך כ"ק אאזמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע דבריו הקדושים אַז מיר האָבען זוכה געווען צו חסידות וואָס דורך מס"נ, איז בעזה"י קען מען צו קומען צו די העכסטע מדריגות פון עבודת המוחין בכח עצמו.

אָט אַזוי האָט דער טאַטע געזאָגט, אַז מיא זאָל דאָס פאַרשטיין, איז דער ענין אין דעם עס איז פאַראַן אַפאַל אין עבודת המוחין וואָס דאָס איז בדרך מתנה וואָס אַ רבי גיט אַ חסיד, וכהמעשה הידועיח פון ר' יקותיאל לעפלער, וואָס ער איז געווען אַ איש פשוט, נאָר ער האָט זיך איבערגעגעבן דעם רביןיט בכל עצמותו ממש כידוע וואָס ער האָט ארויף געקלעטערט צום רבין אויפן אויבערשטיבל מיט אַ געשריי, רבי האַקט מיר אָפּ דעם לינקן זייט*19 ואח"כ נכנס על יחידות ודבר מה שדבר, ורבינו הגדול השיב, רבש"ע ואתה מחי' את כולם כתיבכ, האָט ער אָנגעהויבן לעבן אַ חיים רוחני ממש, ער האָט געזעהן גילוי אור במוחש.

דער רבי האָט אים אַוועקגעשטעלט במקום אורה, נאָר דאָס איז דאָך בדרך מתנה, מ'דאַרף צו קומען צו אור און גילוי בכח עצמו, דורך אַ עבודה בסדר והדרגה, וואָס דאָס איז דער לימוד אין חסידות, ווי צו גיין מדרגא לדרגא ווי איינער גייט בסולם, וואָס ער דאַרף גיין משליבה לשליבה ביז ער קומט צו צום ראש הסולם.

נאָר אין פלוג איז דאָך דאָס ניט מובן, הן אמת חסידות איז המאור הכללי, אָבער ווי איז דאָס אויף איין יתד כמה ענינים כללים כנ"ל דחסידות השכלה — הבנה — ידיעה — עבודת הלב — וכו' וואָס ביניהם איז דאָ אַ זעלכע ענינים וואָס זיינען ווייט איינע פון די אַנדערע כמו השכלה איז נאָר לעצמו, בעת איינער בעדאַרף דורך טאָן אַ טיפן ענין אין לערנען הן נגלה והן חסידות, איז דער זולת אים מבלבל, דאָס וואָס עס שטייטכא הרבה קבלתי מרבותי כו' מחברי ומתלמידי יותר מכולם, דאָס איז לאחר אַז מיא ווייס דעם ענין, אָבער אויף דורך לערנען גרונטיק דעם ענין און דורך טאָן אים, איז נאָר לעצמו, און מדות טובות איז נאָר לזולתו כידוע, איז

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-t1x1d0r7

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources